Monday, January 03, 2005

מיינע זכרונת

מיינע זכרונת
געווען איז שבת: אין נישט סטם א שבת, געווען איז עס שבת בשלח: נא" שבת בשלח: איז דאך
שבת שירה!! אין ווי יעדער ווייסט איז שבת שירה איינע פין די שענסטע שבתים ביי כלל ישראל...
עס הערשט א פראסט אין דראסען, דער מעכטיגער שטארעם באדשעוועט, די נאקעטע ביימער שאקעלען זיך ווי דער שמש" קלאפט הושענות.. אין דער בייזער ווינט שרייט אריין אין פנים, יעדער איז איינגעשלאסען אין זיין ווארימע שטיב,, מען שטייט ביים פענסטער,, מען טרינקט א קאווע, אין מען קיקט זיך אום ווי די קליינע פייגעלך שלאגען זיך אויף די ברעקעלך וואס די קינדרלעך האבן ערב שבת ארויס געלייגט.. אין ווי זיי שיפשפען א שירה- א לויב צום אלמכטיגער פארען געבן פאר אידן א שבת שירה....
אין דערנאך, וואס טיט א איד שבת צופרי! ואספת דגנך-נעמט צו-זאם זיינע בנים,, נישט אלע!! נאר העכער די דריי יאר,, אין מען גייט אין שיל...כּסדר-העולם...
איז נא!! מאי היא-- בין איך דען אנדריש? רויפ איך אלע מיינע שריצים: במים אדירים- מיט א געשריי...
מאטי!!! שלמי!! חיים!! לייבלע!! אין ווי איז משהלע, ברים איך אין כאס, סיז שפעט איך וועל אנקימען נאך בורכי נא" נא" געגאנגען... געגאנגען...
אין אמיטען שפראצט ארויס מיין קליינע 1/2-2 יעריגען יסעלע מיטען מאנטעל אין האנט פרעג איך אים אין זיין לשון "וואשׁ טיט א ישׁעלע" זאגט ער מיר, "ישׁעלע גיי בייביי...
די הערסט ציפי! זאג איך הויך צו מיין ווייב: ער וויל שוין גיין אין שיל, ער וואקסט א בן-זקנימ'ל-א תלמד חכמעל,
אין די נחת צושפרייט זיך אויף מיין פונים.. אוי"" איז ער זיס" ממיש אויפ-צו-פרעסען!!
אין ווי איז יואלי? שריי איך.. אין מיין געדילט פלאצט שוין.... ווער איז יולאי? פרעגט מיך מיין בכור לייבעלע... איז עס' האב איך נישט קיין יולי.. איז נישט, אין ווי נאר פתח פסח: איך האב געפענט די טיר- איז דע ווינט בייז ארויפ-גע-שפרינגען אויף מיר: כחית המחיל -ווי שטעכע-דיגע נידלען... אבער: ויסעו... מיר גיין.
דאס שריקליכע ווינט וויינט: ווי ירמיה אין איכה... די בארד איז פארפרוירען! אין איך טראכט פין הלל: אף להם ולא יריחון-איך קען מיין נאז נישט פילען... אין דער ווינט האט זיך אין מיין שטריימאל פארליבט. אין די שטריימאל מאכט גילגל השלג אין פליט אין ווארפט זיך, איז מיין חיימעל געלאפען אין געכאפט דאס שטריימאל: אוי! לויפט ער שנעל, ער איז פין די שנעלסטע לויפערס אין זיין כיתה.אויף אים זאגט מען: רץ כצבי- חיימעל לויפט שנעל.... דאס האט מיר זיין מלמד אליין געזאגט. אין איך ווייס נישט צו די טרערן זענען פין די קעלט, אדער גאר פין נחת. אין אזי קיקענדיק אויף מיינע קינדער,

פאנג איך אן. בענקען נאך מיינע קינדער יארן.. איך דערמאן מיך פין מיין כיתה ח' רבי..
ר' אליקים-דער מוהל.. אזוי האט מען אין געריפען .אין זיין לעצטע נאמען ווייס איך נישט: בזמן הזה.. ביז היינט..
אין די זכרנות פאנגט אן צוריק-צו-קימען.. איך זע אים שטיין נעבען מיר,, מיט זיין רויטליכע ציגעלע בארד, א דארע לאנגע נאז, איינגעפאלענע באקען אין אויסגעקראכנע ליפען.. אין גלעזער נאר אין טאש..
אין אייביג מיט א שאל אויפען האלץ אפולי אין די גרעסטע היץ.. אויף אים מאכט רשי': וחזקתי את לב פרעה-ער האט א הארץ פין שטיין.
זאגען! פלאגט מען זאגען, אז ער איז א באהאלטנע מוהל ..אז נאר שפעט אין מיטען די נאכט, ווען קיינער זעט נישט איז ער א מוהל... איינער האט פארציילט אז אמאל האט ער געריפען חיים-נחמל דער ווילדער. צו זיך אהיים. צו לערנען פריוואט "אין מען האט אים קיינמאל מער נישט געזען" אין ווען ער פלעגט אריין קימען אין קלאס מיט זיין טאשקע, איז ער געבליבען שטיין ביי די טיר, אין זיך אים געקיקט אויף אינז: ווי חדָשִים לבקָרִים רבָא- ווער וועט זיין מיין נעקסטע קרבן..... אין איך געדענק איינמאל האבען זיינע אויגען געטראפען מיינע.. אין איך האב שוין געזען מיין ענדע אט!!אט!! מאכט ער אויף זיין טאשקע אין ציט ארויס זיין חלף-מוהל מעסער.. איך בין פארטיק ער וועט מקיים זיין די סידר: ופרע ומצץ דמי המילה... ער וועט דאס בלוט פין מיר ארויס-צאפען... איך פאנג אן צו זאגען ווידי אין בעט גאט: הצילני נא מיד עשו- ראטעווע מיך פין אליקים דער מוהל....
איך וויל נאך דערלעבען משיח! אפולי איך ווייס, אז ווען משיח וועט קימען וועל איך אויף שטיין תחית המתים!! אבער איך וויל נישט פארפּאַסען, ווען ער וועט אריין פארען אין שטאט מיט זיין אייזעל.. אין מיין קינדערישע מוח פאנגט אן צו-זען ווי יום-טוב'דיק עס וועט דעמאלטס זיין.. גלייך ווען מע וועט הערען אליהו אינזער נביא בלאזען די שופר.. וועט זיך די גאנצע וועלט אנ'טוין שבת'דיק עס וועט זיין: ליהודים היתה- א שמחת בית השיבה אין דער וואכען.... איך וועל שנעל לויפען קויפען א נייע הערליכען סוט אפולי פאר טויזנט דאלער, אין די בעסטע זאך! איך וועל אפולי נישט דארפען צאלען, אין אלע קינדער וועלען אנטוין היטן אפולי פאר די בר מצוה,, אין דערנאך וועט יעדער זיך ארויף זעצען אויף זיין ווייס פערדל,, אין אלע גוים וועלען זיך ביקען אין קישען אין לעקען אינזערע פיס.. אין באפַארפען אינז מיט גאלד אין זילבער אין מיט בלומען, זיי די גוים וועלען אלעס פאר אינז אוועקגעבען געלד, קליידער.. אזוי זיצענדיק אויף מיין ווייס פערדעל :ווייזט מיר מיין צוויי" יעריגען שכן, אשר לעמעל, וואס רעד אין זינגט ווי א דערוואקסנע מענטש, ווי אינזער שכן דער גוי גייט אדם נאקעט. פארציילט ער מיר אז דער גוי איז צו אים צי געקימען, אין אראפ גענימען זיינע קליידער, אין עס מיך אונגעטון,, אין בשעת מעשה געוויינט אין געבעטען!! אז איך זאל אים מוחל ומחילה זיין אויף דאס וואס ער האט אינז נישט געלאזט צוטרעטון זיין שיין גארטן,, אז ער האט נישט געוויסט אין ער האט גארנישט געמיינט,, אין אז זיין מאמעס טאטע'ס מאמע" איז גאר געווען א איד" אין אז איך זאל אריינפַארפען אויף אים א גיט ווארט פאר משיח... אין מע טאנצען אין די גאסען, איינער מיט א תורה, דער מיט א מחזור, אין א צווייטער טאנצט גאר "הארא" אין מיטען דערזע איך מיין אלטע איינגעבויגענע זיידע ר' שמעלקע א איד אין די שמונים: מיט א שווארצע בארד די ביינער אויס-גע-גראד הויך ברייט אין לויפט מיט א שמייכעל...אין איך זע אליקים דער מוהל מיט פילו באקען! אן א שאַל! אין א לאנגע פילע בארד!! אין איך טראכט ביי מיר, ער גייט זיך יעצט זעכער טרעפען מיט אלע צדיקים, ביי נח אין די תבה,, אין ער וועט ווערען געקרוינט שלישי למילה-דער מוהל פין משיח... אין ער קימט געמיטליך צו-צי-מיר, אין זאגט מיר מיט א ליבלכע שטימע.. יונאלע" יונאלע" איך וויל צוריק ענפרען אבער עס גייט נישט.. אין דאס שטימע ווערט וואס אמאל שטערקער אין שטערקער"" יונא"" י-י-ונא אין מיטען הער איך א זעץ.. וואס!! וואס!! הא? איך עפען אויף מיינע אויגען, דאס גאנצה כיתה זיצט אין פחד,: וירא בלק - אין איך זע - אליקים דער מוהל" שטייט הארט נעבען מיר, אין מיט: אמעכטיגע שטים.. ולשונך תצמיד מרמה- ווען הייסע טראפען שפריצען פין זיין מאל... וברוח פיו- אין מיט כאס שרייט ער.. דא אין מיין כיתה חולם'סטו!!! שטיי אויף, אין לייג אראפ די הענט, אין מיט זיינע דארע שרעקעדיגע ביינער'דיגע אבער גרויסע הענט האט ער מיר דערלאנגט: אחת למעלה ושבע למעטה- איינס נאכען צווייטען...אין ציילט מיט א ניגען ווי דער כהן אין קדשי קדושים:
אין איך טראכט: זכר עָניִי-געדענק די גיטע צייט... ווען אמאל האב איך געדאפט שטארק!! נא!! איר ווייסט נישט וואס איך האב געדארפט?? נא!! נא! ילך למיתה- גיין אין בית הכּיסה... הייב איך אויף מיינע צוויי פינגערס,, וואס איז שוין ווייטער פרעגט ער מיך: בלשן רמיה - א בייזע שטים... זאג איך אים, אז איך דארף שטארק גיין.. שרייט ער צוריק!! נאך אמאל!! ביסט שוין געווען לעצטע וואך!! ניין.. מאך דא.. אבער ווי דער קינות מאכט: עָצמוּ כּחול יִרבּיוּן- ווי שטארק איך האלט מיך איין, דארף איך מער אין מער...אין איך האב געפילט: באי מים עד נפש- ממש עס קימט פין זיך אליין. האב איך מיך אויפגע-שטעלעט אין ויסעו מִסֻכּת - איך בין געלאפען כאפען א קטן "אין ווי דער פוסק מאכט: ויגד למלך מצרים - אין אז אליקים דער מוהל האט געזען... כי ברח - אז איך בין געלאפען... אין וואס עס האט פאסירט ווייטער קאנט איר זיך פארשטעלען: ויאסר את-רכבו- ער האט גענימען זיין פאסיק אין ער האט געריסען פין מיר שטיקער ווי ער האט נאר געקענט, עס איז ממש געווען: שרֶש פּרֶה ראש ולַענָה: אויף אויווען אין אינטען...
אין אז איך בין אהיים געקימען אין מיין פאטער האט מיך דערזען, אז איך קיק אויס: כּלְחך הַשור- ווי אן-אנגעריסענע ינגעל... איז ער באלד אויף מיר ארויף געשפרינגען האסטך שוין ווידער געשלאגען ווען וועסטו ווערען א מענטש? די האסטך שוין באלד בר-מצוה הא!! די הערסט וואס איך זאג.. קדיש'ל מיין.. אין בשעת מעשה דרייט ער מיינע אויער'ן..
רויפט זיך אן מיין מיטער חנה-פייגעע מיט רחמונת!! ניין" זיין רבי האט אים געשלאגען.. א-א-א!! ציט ער אויס,, אזוי!! לאמיך איך דיר נאך צוגעבען. איך האב געקענט זען ווי מיין מיטער באהאלט איר פנים,, אז מיין פאטער, אין איך, זאל נישט זען ווי זי ווישט די טרערען. אין דערנאך ווען מיין פאטער איז געגאנגען צו זיין טאגלעכע שיר,, איז מיין מיטער אריין געקימען צו מיר אים שטוב,, אין מיט איר הארציקע מיטערליכע קול געזאגט: יולנעלע" וויי נישט מיין קינד, עס וועט נאך זיין גיט, אין זי האט מיך ארוים גענימען!! הא" א אידישע מאמע? ווי די באקאנטע זמר.. "א אידישע מאמע"

1 Comments:

Anonymous Anonymous said...

Wow, this is a great writing I loved it.
היינט זוכט מען שוין אנדערע וועגן אין חינוך,
איך וואלט זייער געוואלט הערן דעם באקאנטען ניגון 'א אידישע מאמע'

9:21 AM  

Post a Comment

<< Home