Monday, January 03, 2005

מיין בראך

: מיין בראך

זיץ איך מיך אויף מיין קאטש" נאך א טאג ארייבט, אין קיק מיר אביסעל אריין אִן א צייטונג, אדער גאר די יעלקט: אין אפשר גאר עין יעקב... אין פין די אנדערע שטיב הער איך ווי מיין ווייב רעד צי איר חבֿרטע אויפען טעלפאן; נישט אז איך בין א מענטש וואס קריכט ינעם אריין אין די קישקע: א משמיעם ביראה- אן אויער אינטער די וואנט... איך האב פיינט אזעלעכע מענטשען וואס זענען ביזי וואס ביי יענעם טוט'זיך אין נאך מער האב איך פיינט א: מזמור שיר- וואס ער האט אין בויך, זאגט ער... נאר אז מען הערט, הערט מען, איז הער איך ווי זי זאגט פאר איר חבֿרטע: איך מיין אז מיין מאן האט נאר ליב מענער: אין נישט קיין פרויען (געיי בלאז!!)

וואס? בין איך אויפגעשפרינגען: איך? איך ווער בלינקט פאר אלע מיידעלעך, איך? אז ווען איך זע א שיין מיידעלע מיט א: מנוחה שלמה- מיט א שיינע אוינטען...ווער איך דאך קראנק!! איך ווער מישיגע!, אויף מיר זאגט מען דאך: רבות בנות עשו חיל- מיט אלע מיידלעך וויל איך ליגען.... נאר אזוי איך בין פארהייראט וויל איך נישט, אבער טאמער איך וויל ווען יא! נא? איז נא! קען איך נישט!? ווי זאגט מען: אישׁ יצא למצא- אז מען וויל טרעפט מען.... אבער איך טו דאס נישט, איז דערפאר קימט מיר אזא ענוש אז אויף מיר זאל'מען אזנ'ס זאגען, שלאג מיך, באס מיך, שיק מיך אין גיהנם, טו מיט מיר וואס "בן בג-בג זאגט: הפך בה והפך בה פאטש מיך די זייט אין די זייט... אבער נעמט נישט דאס ביסעלע שטאלץ אוועק פין מיר. ממילא אז מיין ווייב טראכט אזוי נא וואס גייט עס מיך אן, איך האב איר דאך ממילא פיינט, נישט פיינט אויף טויט, אבער אז גאט וויל איר נעמען... איז ווער בין איך נישט צו לאזען: אבער איר חבֿרטע האב איך דאך יא ליבּ, זי איז שיין ווי די מנורה.. אז איר וועט איר זען וועט איר באלט טראכטען: מהרה תהיה בעולה- ווי קען איך מיך שנעל אויספליקען... אין אז זי זאל אזוי טראכטן, דאס!! דאס קען איך נישט דערלאזען.

קודם באדרף'ט איר וויסען אז נישט אויף דאס בין איך דא, צו שרייבען צו א מאן מעג טאן אן אנדערע מאן?, יא איך רעד פין: משכב זכר- פליגען אין א האריגען זכר ווי אין סדום, איך בין נישט דער גרויסער קענער דיר צו געבען א דין אין זאגען מתור אדער אסור: ווייל אז די תורה אליין זאגט אז פליגען אין א מאן: דרך פלשתים... איז אסור, איז עס אסור. איי" וועסטו פרעגען פאר וואס דארף דו תורה אזא פשטע זאך זאגען.. ווייל אמאל איז געווען אן אנדערע וועלט, אמאל" למשל.. טיען א טשיקען איז געווען א נארמאלע זאך, ווי די חז'ל זאגען: מגנח בהמות- גיין מיט א פערד...אין ווי די פוסק זאגט: ואל-הבקר רץ אברהם-ער איז נאכגעלאפען זיין שיין קעלבל... אויך טרעפען מיר אין מדרש: ביי נח' ווען דער לייב האט אים געביסען, נא" איז דארף מען פארשטיין דאס גאנצע געשעפט פינעם בייסען... מיך האט אמאל א לייב געביסען? ניין!! דיך האט אמאל א לייב געביסען? ניין!! אין פרעג די בעל הבית פונם זוי" צי ווען ער געט עסען פאר א לייב, וועט ער דיך נישט בייסען? אוואדי ניין, נא" נאר אז מען וויל פראבירן ברענגען קינדער מיט א לייב, אין א "שויער" איז אין די תובה נישט געווען, נא וועט ער דיך בייסען: אין פאר דעם האט די תורה געדאפט זאגען אין פוסק: ארור שוכב אם בהמה- טו נישט מיט א טשיקען אומווערדיגע זאכן... אין ווי מיר ווייסען אז ווען משה אינזער פאסטך איז געשטאנען אויפען הר אין מיט א מעכטיגען קול אן א מאיק וואס 600.000 מענטשען האבען געהערט : פארשאלטן זאל זיין דער וואס ליגט מיט זיין שוועסער, פאטער, שוויגער... וכל האם יענו אמן: אין דאס גאנצע פאלג האט גענפערט א שוואכען אמן... אבער ווען עס איז געקימען צו ארור שוכב אם בהמה- טו נישט נארישקייט מיט א טשיקען... איז געווען בל כרחוח יענו אמן: דאס אויך נישט? נישט קיין שוויגער, נישט דיין טאטע'ס ווייב: דאס הייסט דיין מאמע....אין יעצט קיין שיין זיס קליין לעמעלע.. שוין אויך נישט!,אין אפולי גליסטען, ווי דער פוסק זאגט: לא תחמד חמרו- זאלסטו אויף דיין געטריי אייזל קיין קרי נישט זיין.... וויפיל איז דער שיר!! וויפיל קען א מענטש פארנעמען!! אבער א איד איז א איד אין א איד דארף האבען א גדר, אין אז נישט וועסטו אויס זעין ווי א גוי פין גאס, אין נאר ווען משיח וועט קימען וועט מען מעגען, ווי די אקדמות פארציילט: טלוּלא דלויתן- די אונטון פין דעם לויתן..
ותור- אדער פינם אקס... מקרב ליה- וועסטו זיך מאכען היימיש... בטוטפתא: מיט דיין אבר....
אבער טון א מאן איז פארט נישט אזי הארב ווי גיין מיט א אקס, ווי מיר טרעפען אז נאר בשעת מתן תורה שטייט: כל הנגע בהר- ווער עס כאפט אן די קנים... אבער אין א גרינעם דינסטאג איז נאר א לאו, אין אז די האסט עס פארט ליב איז: כל הכבוד- מיט דיין הארטע מעשה... גיי: במקום שאין מאקירה- דאס הייסט גיי אין מקוה... אין פליק דיך אויס, ווי דוד זאגט פתח צור- מאך אויף דיין זיפער... ויזובוּ- אין לאז עס איבער.. מים- אין די מקוה......
אבער וואס האט דאס מיט מיר?
איז קודם דארף מען דערגיין פאר וואס זי מיין ווייב האלט אזו,
איז לאמיר געבען א בליק אויף מיין ווייב ווער איז זי, אין פין ווי שטאמט זי.
איר זיידע פין איר מאמע'ס זייט ער פלעגט אנצוינדען די ליכט יעדער אינדער פרי אין שיל, ממש א יוצר המאורות.... נא א קליינ'קייט, זיין פין די עשׁרה רשונים, אין איר טאטע'ס מאמע וואס בחיו" ווען דער בדחן פלעגט איר אויס רימען האט ער נישט געקענט, אויף הערען צו זאגן שבחים, אין ווער רעד נאך פין איר טאטע'ס טאטע ער איז דאך געווען א תמוד ביים רבין אין הויף, אויף אים האט דער רבי אליין געזאגט: אשרי אדם בטח בך-איך בין נישט מקנא-ווער עס פאנגט זיך אן מיט אים..... נא א קליינע'קייט אזא יחות! ממש א בן אחר בן. אין אויף דאס טאטע פונם בתולה זאגט מען, האט מיין פאטער מיר געזאגט פאר די שידך, אין נאך פאר איך האב מיין באשערטע אפולי געזען,,: אור זרע לצדיק, נא" איז גלייך געווען: לב שמחה... והודו: אין מען האט באלט געמאכט לחיים....
אין מיין ווייב : האט זי א שיין פונים?, יא" טאקע גרויס, ברייט, אז ווען זי שמיכעלט באהאלט זיך די לבנה: אין אז וויל זי זיך אויף אייך א זעצט טָון איז: שמור והזיר- לויפט פאר אייער לעבן... אין אויף איר לויבט דוד המלך: אשרי איש שלא ישכחךּ- קליג איז דער מענטש וואס לויפט פין איר אוועק.......
איינער א מיבין האט מיר אליין" געזאגט אז טאמער וועגט זי מיט א גיטע 150 פונט וויניגער וואלט זיך דער שטן זיכער אויף איר פארלייגט, אוי זינג איך אשת חיל מי ימצא - ווער קען איר פין מיר אוועגנעמען.....
דער אמת איז אבער אז אפולי ווען זי איז ווען יא שיין אין דאר, אין דער שטן וואלט זיך אויף איר פארלייגט, איז גלויבט מיר' אז אויף מיר וואלט ער קיין שליטה נישט געהאט.. וויל ווער האט ליב זיין אייגען ווייב, עס איז דאך א כלל גודל.. איך האב ליב דיינ'ס, אין די האס'ט ליב מיינס,
בין איך געגאנגען צו איש חכם ונבן:
אין איך האב דאס הארץ געטון אויסגיסען, אין איך האב אים געוואלט ווייזען אז איך בין א "מורה נוביכם: אין נישט סטאם א פרע אדם- א באס דריווער.... האב איך געווארפען פסיקים:ווי א בן תורה אין איך זאג אים: שפכוּ דמם כמים- זי טרינקט מיין בלוט... האט ער מיך צוריק געפרעגט: ובערב היא בא- האסטו ליב אהיים צוקימען... ווארף איך אים גלייך צוריק, אז ווען: צפור מצאה בית- ווען מיין ציפי קימט אריין אין שטוב.... ודרור קן להּ- אין דאר איז זי נישט... אפרחיה- וויל איך נאר אנטלויפען.... אין וואס איז מיט:
השענו תחת העץ? ווי אפט ליגס'טו מיר איר... האב איך אים גלייך צריק געווארפען. והנו: אמאל א יובל... איז שיסט ער צריק: למה" (בלשן בתמיה) גיב איך אים צו פארשטיין אז אפולי טראכטען: פין שיכבה אמו- ליגען מיט ציפי, קימט מיך אן זייער שווער, אין ווען אמאל ווען איך בין פיין אנגעטרינקען אין איך טו איר יא. האלט איך איר אין איין פרעגען: למה פרצת גדריה- פאר וואס לאזטו בייזע ווינטען פין דיין געדרעם....,, אין נאך מער ריק איך אים אריין א פוסק: אז ווען דוד זינגט אין תהלים: על-בן-אדם אמצת- איך גליסט אויף א פרוי.... האט ער מיין ציפי נישט געמיינט, אלא מאי: זינגט ער מיט א למדישע ניגען: אלא מאי? ענפער איך, אויף מיין ציפי קען איך נאר טראכטען: הכה-צור- מאקעל אן מיין ציפי...פרעגט ער מיך מיט מדות הדין- אן אויפגערעגטע שטימע.. הכר נא- האסטו איר חלילה געשלאגען... איך? חלילה לעשות הדבר הזה- נאך נישט... אין ער ציט ווייטער אין פרעגט מיט א: הסתר פונים-תמוואטע פונים... איז זי טאקע א בן בשר- א סאך פרוי.... ערקלער איך בלשן אחת- מיט קערצע דוברים: האכלתם לחם דמעה- זי פארלענט ברויט ווי א: פאר בן בקר...
אין מיטען הער איך פין דראסען...... כאפטס'עם... כאפטס'עם... כאפטס'עם... איך לויפ ארויס מיט איין אטעם, אוי געוואלד!! עס איז א בהלא!! א טימעל!! מענטשען לויפען!! איינער מיט א טלית דער מיט א זאק אין א צוויטער גאר אין א גאטשע. מאמעס כאפען די קינדער!! איינער שרייט ער איז געגאנגען דיע וועג, אין עס טיט זיך א געשרייאכץ: כמאמר הניבחר... דארט!! אהין! יענע, זייט.. ווי? דארט!! קינדער וויינען באבעס פארפירען אין אנגאריש. אין די געלערנטע חברהניקעס זענען ארוימגעלאפען איבער די גאסן ווי משוגעים, געווארפן היטלען אין געארבעט מעשים מיט זייער ספעציעלען ראדעי! וואס נאר זיי האבן, דער האט געשריגען: "וויוו גוי!" אין יענער האט צוריק געשריגען: "דא גוי!" איך פרעג איינעם פין די כאפער'ס וואס גייט דא פאר,, באדער מיך נישט יעצט, שרייט ער, אין בשעת מעשה קיקט ארויפ אין אראפ ווי א איש מלחמה. גיי איך אין פרעג דעם פושטן האמן עם: מַא שמיע שמא ובא- וואס האט דא פאסירט... ריפט זיך אן א ספארדישע פרוי אין איר אויסגעקראכנע אידיש: "איינער געזען ווי גוי ווייסע שיך" וואס? וואס דאבערט זי ? איז מיר איינער מיט א צוקניפטע בארד אין צוקנייטשטע אויגען אין מיט א ברייטע נאז" מיר מסבר, אין רעדט מיט א ליספ (דאס הייסט אז ער קען די דאזיגע אתוית נישט זאגען ס" ז" ת"... אין ווען ער רעדט האלט ער אין איין שפייען )
מעשׂה שׁהיה - כך היה..

אשׂ איינער האט געשׂען ווי א גוי גייט אנגעטאן אין וויישע שיך אין הוישען, ממילא שיך, שנא" אבער הוישען נאך אויך, אין אויף א דנשטאג? איסז אש א גוי וואשׂ גייט אין וויישע שיך אין וויישע הוישן, אישׂ שעכער א גנב. "ממשׂ א דשן ואבירם"
זענען די אנשי חיל געלאפען מי קצה לקצה: פין איין קארנער צום צווייטען אין ויבא המן: מען דעם ערל געפאקט.... אין מען זאגט אין גלייך: שאל נא נעליך: ליידיג אויס דיינע טאשען, אבער דער גוי וויינט אין שרייט אז מען זאל אויף אים רחמונת האבען, אז ער איז גאט די נשמה ריין, אין אז ער איז א טאטע'ס א קינד, איי די ווייסע שיך? איז ער מסבר אז ער גייט צי א חותנה פין זיין מאמע'ס מאן'ס א קינד,
האבען זיך אלע געלערנטע שומרים זיך צו לאכט: למה זה צחקה שרה- ווינדערט זיך דער גוי: פאר וואס האבען די שומרים זיך צו לאכט... ריפט זיך אן דער יושב ראש אין איז אים מסבר מיט א חקירה,
ווער גייט צו א חותנה אין ווייס ? אין טרעף מיר איין נארמאלער מענטש וואס האט א ווייסע בגד, אויזער א קיטל וואס דאס טראגט מען אויך נאר יום הקודש אדער פסח צום סידר אבער אין סיון? אין נאך דערצו צו א חותנה? אין דאס געלעכטער שטיקט אים אין האלטץ כ...כההה.. צ...צי....צו א חותנה גייט מען שבת'דיג... נישט פורים'דיג... אין אז ער האט בלית ברירה ..זיינע טאשען אנגעהויבען אויס-צו-פאקען... קענט איר זיך פאר-שטעלען וואס מען האט ביי דעם באדיט אין טאשׁ געטראפען!!!.....
א גאנצע ספרים שאנק: א חמשה חמישה תורה צוויי גאנצע סעט מחזרים איינס מיט א לעדענע דעקעל ...ויכלי" ויכלי... נאך אין נאך...
אין אפולי די רמב'ם אין איך רעד פינ'עם נייע דריק א תלמוד תורה א בית מדריש א מקוה א מיגלה אין ער האט געהאט די חצפה אפולי א קליין בענטשרל צו לאטכנען, א סוכה א ללוב אן א מוך.. אין ווען די פאליצאיי קימט ווען נישט? ..וואלט ער פין דאס פאלג וואס האט די: מידה פין בישׁה.. אין שלאגט נישט.. געכאפט,
אוי! וואלט ער געכאפט מכת אכזירוית.. אבער א גוי האט מזל, איז די פאליצאיי אנגעקימען:

והלך יעקב לדרכו- אין דער ערל איז געגאנגען אין תפיסה......

9 Comments:

Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:48 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:48 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:48 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:48 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:48 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:49 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:49 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:49 AM  
Blogger kayan web said...

This comment has been removed by the author.

7:49 AM  

Post a Comment

<< Home