Wednesday, January 05, 2005

די שידך

די שידך

ואתה תצוה- אין די זאלסט מאכען: את בני ישראל- די שידך פין דיינע קינדער:ויקחי אלך-טאמער פארליב'סטו דך אליין:איז שמן זיי זאך... הא!! גרסא דינקתא,,, דאס איז שוין א מנהג פין טויזנטע יארן אין ווי מיר ווייסען מנהג ישראל תורה.. אז א איד נעמט נישט אליין א שידך פאר זיך,

ווייל דער אמת איז,, ווייסט דען א בחור וואס ער וויל? ווייסט ער דען וואס לעבען מיינט? ווייסט ער די באדייט פין אן אשת חיל?,,, שיינקייט?? ווי קימט עס צי א בחור אפולי צו טראכטען פין א שיין מיידעל!!! א בחור אין ישבה דארף לערנען אין דאווענען וויל די תורה וועט אים בייגלייטן א גאנץ לעבען אין נאר מיט תורה וועט ער שפעטר קענען זיין א ביזנס'מאן.. ווי מיין ראש הישבה פלעגט טייטשען והיגתי יומם ולילה.. והיגתי- אז די וועסט זיך מוטשען.. יומם - אין די גיטע יארן.. ולילה- וועסטו קיינמאל נישט האבן טינקעלע טעג.. וואס דאס מיינט פרעגט מיך נישט!! אבער אז מיין ראש הישבה האט עס געזאגט,, איז גלויבט מיר אז ער האט געוויסט וואס ער רעד,, וויל ווען ער פלעגט פַארפען פוסקים. האט'זיך משה רבינו געקאנט פין אים באהלטען...(אין דערפאר מיין איך האב איך משה נישט געזען)

אין וואס ווייסט א בחור פין ליבע?? אין איך וועל איצטע נישט אריין גיין אין קשיא'ס אין חקירה'ס, ווי למשל: אז מיר טרעפן אז משח רבינו איז נאכגעלאפען יתרו'ס טעכטער! אין זיין טאטע איז נישט געווען דארט!! ווייל ווי מיר ווייסען שוין,, אז אינזערע הייליגע פאטערס האבן א סאך זאכען געטאן וואס פאר אינז איז היינט פארבאטן... אין קודם איז משה נישט קיין פארגלייך.. זיין פאטער איז דאך געווען איינגעשפארט אין מצרים... אין אפולי ווען זיין פאטער וואלט יא דארט געווען,, ער איז דאך געווען איבער די שלשים,, אין נישט ווי היינט ווי מען יאגט אין מען אלייט.. שמנה עשר לחופּה.. דאס הייסט א חתן ביי די זיבעצן!! אין ביי אכצן שטייסטו אינטער די חופה! אין ביי אכצן-א-האלב, קימט דיין ווייב אהיים מיט די גיטע נייעס: והנה- איך בין טראָגעדיק,, אין ביי די צוויי-אין-צוואָנציק ביסטו א טאטע פין עטליכע קינדער... אין א דירה פין איין שלאף צימער.. איך האב אמאל געטרייט מסביר זיין מיין ראש הכלל,,ר' יעקל,, אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה ביי יעקב: ותהר ותלד!! ותהר ותלד!! אז יעקב האט געהאט 12 קינדער, איז עס נישט געווען אין איין וואך!! אפולי אז אלעס שטייט אין איין וואכעדיגע סדרה.. אין אפולי לאמיר פֿאַנטאַזיערן אין זאגען אז יא! יעקב האט יא געהאט 12 שבטים אין איין וואך,, איז עס אויך נישט קיין ראיה, ווייל אז אינזער מוטער שרה, האט ביי די ניינציק געקענט!!. נא!! וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז יעקב האט אין איין וואך צוועלף קינדער געמאכט.. אין אפולי וועסט זיך טענהן אין זאגען אז מיר טרעפען אין ערגעץ נישט אין גאנץ חמשי חמשו תורה: אז עס איז געווען א נס ביי יעקב. מיט דאס געבארן די קינדער? דארפט איר אבער צו-וויסען אז מיט אזוי סאך ווייבער וואס יעקב האט געהאט איז צוולעף א וואך ווייניג.... אבער ניין, היינט דארף מען האבען צען קינדער אין א משך פין צען ביז פיפצען יאר, דאס הייסט, ווען די ביסט פינף אין דרייסיק, אין אלעס מיט איין ווייב.. יא!! הא!! אין זיי די אבות זענען געווען צדיקים??הא!!

אין אז טאמער חלליה ביסטו ניינצען אין נאך נישט קיין חתן? אין ווער רעד חס-ושלום אז די ביסט שוין צוואנציק: וְהָעִיר שׁוּשָׁן נָבוֹכָה -דער-גאנצע משפחה איז צורידערט,
דער פאטער דרייט זיך ארוים נערווז...אן א'קאפ,, רעד צו זיך אליין, הא!! שיין דערלעבט! א--א- לעבען!!
קינדער?? הא,, יא!! יא!! צאר גידל בנים,, לויפט צו דאקטאר'ם!! שלינגט פילן.. אין לאז זיין כאס אויס אויפען בוחר..די קליינע סורר ומורה: ווען די לערנטס ווען א בלאט גמרא!! אבער איך קען נישט.. טרייט זיך דער בוחר צו-פאר-ענפרען.. מיט אראפגעלאזטע אויגען ממש ווי א מערדער.. וואס!! וואס!!! וואס האקסטו א טשייניק'' ער קען נישט. די הערסט,, ווער דארף קענען? ווער קען היינט? מען מאכט זיך אביסעל.. אין אויך ווען די דאווענסט קענסט'דך נישט געבען א שאקעל..די ווייסט אז די ביסט א בחור אין די יארן אין מען קיקט אויף דיר!! בליק אריין אין א ספר!! דאס קענסטו אויך נישט?? די ווייסט אז דיין מאמע וויינט א גאנצע נאכט זי איז שוין די לעצטע פאר וואכן פין דערהיים נישט ארויס,, די בושה! די חרפה. אין בשעת מעשה כאפט אין באטאפט זיך דאס הארץ.. אין די מאמע!! זיצט נעבעך אין וויינט איבער א קרבן מנחה סידר'ל: זאגט תחינות א גאנצע טאג.. מאכט אלע-ערלי סגילות: שליסלעך, ראשינקעס אין די חלות: שפריצט האניג אין אויל אויף די ווענט: אין צינט יעדען טאג א נשמה ליכט: אין בעט זיך ביים בחור.. ווי וועסטו גיין נעקסטע זמן!! הא?? קינד מיינע, וועסט גיין אין א כולל?? הא!! די ווייסט אז נאר באמעס גייען אין כולל!! אין די ביסעל שדכנים וואס רויפען שוין יא וועלען אויך אויפהרען..די ווייסט אז נעקסטע וואך ווערסטו צוו- א-נ"".. אין זי קאן דאס ווארט נישט זאגען.. יא ברידער צוואנציק איז א שמיציקע ווארט!!
אין ווען רחמנא לצלן א בחור וויל גיין ארבייטען.. איז גאט זאל באהיטען!! גיי עס חזיר,דריי דיך עיבער, הענג דיך, אבער גיין ארבייטען?

די גאנצע משפחה איז אויפ.. יעדער געט עצות!! פעטער'ס, מימע'ס, קאזענ'ס, באבע'ס, אין זיידע'ס, יעדער איז א פתרון חלום- א מיבן- א פארשטייער.. אין יעדער מיט סגילות: זינג שיר השירם נאכן דאווענען פאר פערציק טעג!! פארפירט די באבע,, ביסטו א געהלפענע! דאס האט זי נאך געהערט פין איר טאטע,, בשמו - דער קאצקער... די מימע יטע" שרייט איך האד'דאך דיך אלע יארן געבעטען זאלסט אים נישט אריין לייגען אין א ישבה וואס געהערט צו א פארטיי (סאטמאר\פאפא\ווישניץ\ויכלו'' ויכלו'') ווען די לייגסט אים ווען ווי מיין שמעלקע גייט!! נא!! אוי וואלט מען אים צוכאפט.. דיין טיר וואלט מען ארופ'געריסען!! אבער די עיקר פראבלעם פארשטייט די מימע, איז דאס הויט.. ווייל ער גייט נישט מיט א סאמעטע הויט.. ווייל א סאמעטע הויט איז מער א נאטראלע הויט ,,, גיי אין טאַנע!!!
מיין טאטע'ס ברידער משה שמואל" זאגט אים אז ער מיינט ווייל מיין מיטער האט א שוועסטר וואס איר זין האלט ביי א גט נא!! איז נא!! דארפט איר מער.. איז דארף מען מסבר זיין דעם שדכן, זאגט דער פעטער צי מיין פארוויטאגן פאטער,, אז אינזער משפחה איז אנדריש,, דאס הייסט אז בדורו דורות האט זיך פין די טאטע'ס זייט קיינער נישט געגט.. אפולי א קאזענ'ס קאסען...
אין אזוי אין יעדע משפחה איז דא אן עלטער פעטער, וואס ליידער גייט מיט א געבויגענע הויטעל אין דער איינציגסטע צייט וואס מען-שטאלט-צורט זיך מיט אים איז ביי א חתונה.. יעדער וויל כאפען א ווארט מיט אים,, אין פארען נייגעריגען עולם, וואס וויל נאר וויסען: מי-הי-זה-ואזי-הי- ווער ער איז אין וואס ער האט.. הא!! וואס!! וואס!! וואס פארציילט ער.. הא! ער האט הא!! אין מען מאכט מיט די הענט אין מיט די פינגער.. די באקאנטע ידישע סימן פאר געלד!! אין אז דער עולם הערט אז ער וואוינט גאר אין שיקאגא!! שיקאגא?? הא!! ער מיז האבען א אלף חי!! נו!! רייכמאן וואנט דאך דארט נא ביזט א שכן מיט רייכמאן.. איז דאווענסטו מיט אים אין איין שיל.. מע גירסט זיך. א גיט שבת, א לשנה טובה, אין מען שפאצירט זיך אריין צו אים אין דערהיים, א דאלער ארויף א דאלער אראפ - ביני ובינך מה-הוא....
אבער סטם א גרינעם דינסטאג! ווער עלטער פעטער?? וואס עלטער פעטער?? אין ווער איז ער צוגעבען עצות אז דער בחור זאל חלילה גיין ארבייטען? הא?? דער אלטער נאר!! וואס למעשה וואשט פלארס אין די מקוה..
אין דערנאך קימט צו גיין דער לעבעדיגע פעטער!! יעדער האט א לעבעדיגע פעטער.. קיינער האט נישט די זעלבע.. עס איז נישט אזוי גאט האט אראפ געשיקט איין לעבעדיגע פעטער פאר גאנץ כלל ישראל?? ניין!! ממש א נס מן השמים אז ידער לעבעדיגע פעטער! טיט!! אין זעט אויס דאס זעלבע!!
א פעשליכע פנים קליינע גלעזער וואס ער האט עס נאך פין קינדוואז אן, א דינע אויס געפליגטע שטריימאל, אין אייביג שיף!! אין ווען עס קימט צו א חתונה, איז ער דער ווער טאנצט אין דער מיט אן חרפה אין אן בושה, שלעפט ווייסע שמאטעלעך פין טאש דרייט עס אין שאקעלט זיין גראבע תחת.. אין ווען דער בדחן זאגט לצונת! הערט מען אים לאכן די העכסטע!! איז דער לעבדיגע פעטער אויף געקימען מיט א כאפ,,
אז ער ווייסט פין א איש קודש,, נישט קיין גרויסע רבי, ניין!! די ווייסט אז איך האלט נישט פין די היינטיגע רבי'ס!!(וועלעכע לעבדיגע פעטער האלט פין רבנים? ער איז דאך א כיטרע ינג) אבער דער איד!! קיינער ווייסט נישט פין אים,, איי פין ווי ווייסט ער? וואס ווייסט ער נישט!!(ער ווייסט וואס דער פרעזדענט טראכט אין גייט טראכטען, ווען א מלחמה גייט זיין, אין פאר וואס,, וועם מע'דארף שלאגען, אין ווען מע'לאט אים ווען צו צום רעדעל!! אדער ווען דער פרעזדענט הערט אים ווען אויס! וואלט די וועלט אנדריש אויסגעקיקט) אבער איך זאג דיר ער האט מיר אליין געזאגט אז דאס לאצטע מאל ווען ער האט געניצט א זייף איז געווען א פערציק יאר צוריק!! נא.. דאס הייסט א אמתע איד! זיכט גארנישט, דארף גארנישט, נישט קיין כבוד, נישט קיין געלד, נאר אז מען געט נעמט ער.. אין אז ער פארשרייבט א קמיע!! ביסטו גליגליך די דארפסט שוין מער גארנישט..
איז נא!! אז דער לעבדיגע פעטער גלייבט אין אים,, איז פארוואס ווארטען- אומר ושותה- געזאגט אין געטוין גייט מען הייסט עס צום אמתע איד.. ער פאר-שרייבט א פּאָר קמיה'ת.. אין מען הענגט דאס אויפען בחור!! א קמיה אויפען האלטץ! אויפען פיס! אין אויף די הענט! אין מען ווארט..אין ווארט....אי-ן וו----א,,
אין אז מען האט שוין למען השם נישט קיין ברירה.. ער איז שוין ליידער צוואנציק.. נא!! איז קודם רויפט מען דער שדכן וואס איז ספּעציעל פאר אזעלעכע פעלער,, ער האט אלמונת, גרישים, גראבע אין גרעבערע, אין עפשער וועט ער גאר קענען עפעס אמפאטירען פין אויסלאנד..
וירא- והנה: אז מען זיכט טרעפט מען.. אין מען האט געטראפען א מיידעל!! א מיידעל? אבער א מיידעל!! געזינט, אין שטארק, אין גרויס: אין גרויס ווי אין פסוק שטייט: מים ליבשה.. נא!! גרויס איז דאך נאר א סימן פין גזינטהייט,, נא!! איז נא!! וואס באדארף מען מער, פין צו האבן א געזינטע פרוי?? איז וואס אז זי גייט נישט שנעל? ווי איז דאס יאגעניש!! אין ווער זאגט זי איז גרויס? גרויס? נע' אביסעל אויפגעבלאזען..

שיין?? ווער דארף עס? איז מען פארן בחור מסבר.. יא!!אמת.. זי איז א מיאוסקייט!! זי איז א פרוי וואס מען זעט אין מעשה ביכלעך... א גרויסע שטערען, קליינע גראבע פינגערס, אין א קול ווי א מאנס-פארשוין.. אבער דער עקיר איז אז די האסט א לעבענס בייגלייטער.. אין זי איז א פיין איידל אידש מיידל.. אין נאך דערצו איר טאטע, ער איז דאך א מגיד שיער!! די פארשטייסט מיין קינד !!מיט א אזא מחתן קען איך שטאלצירן!!,, יא היינטיגע עלטערן פארשטייען

2 Comments:

Anonymous Anonymous said...

very good keep up this STUPID blog , it is very important it wil help you in all your ways.

3:16 AM  
Anonymous Anonymous said...

ווען נישט די טעמע איז קלאר היינטמאדיג העט איך ווען א שבועה געטאן אז דאס איז א שלום עליכם געשרייבעכטץ.
מילא דער מאדערענער עלטער פעטער, אבער דער לעבעדיגער פעטער איז שוין אן אייגןארטיגע חידוש,
בין איך דען דער גרויסער מבין אבער ווי עס שטייט געשריבען מהיות טוב אל תקרי רע , מאכט רש"י, פין א גוט ווארט איז קיינר נאכנישט געשטארבען,

5:45 PM  

Post a Comment

<< Home