Tuesday, January 11, 2005

דער בדייט פין א גנב

גנבים!! גנבים!! וואס איז א גנב,, אין ווער איז א גנב,, איז א איד א גנב?? קען א איד זיין א גנב??

יא א איד קען זיין א גנב, נא!! איז פארוואס הערט מען קיינמאל נישט שרייען אויף א איד כאפטס'עם.. אין פאר'וואס זעיט מען נישט קיין איד לויפען אין די גאס מיט א טאשקע, וואס ער האט נאר וואס ארויס'געריסען פין אן עלטערע פרוי, איך האב דאס נאך נישט געזען.. קאן זיין אז איר האט יא אמאל געזען. ווי א איד מיט א לאנגע בארד לויפט, כאפט זיך אן דער הויט, אין לויפט ווען הינדערטע שליסליך קלאפען אין קלינגען ביי אים אין טאש, וואס בכלל פארשטיי איך נישט פאר וואס ביי אינז ידען ווי מער שליסלך די האסט אלס מער וויכטיג ביסטו, האט איר שוין א אמאל געזען א וויכטיגע איד?? גייט אריין אין שיל- ווילט איר וויסען ווער איז א קנאקער!! הערט אין קיקט וועט איר זען דער וואס די הויזען וועגט אראפ.. מיז האבען א פאסיק, אין שלעגערס,, אין ווען ער גייט קליגט אין קלאבט, אין פין זיינע הויזן הערט זיך א געזאנג ווי ביי א הכנסות ספר תורה, אין גיט א קיק וועט איר זען אז ער האט אלע מינע שליסלך.. גרויסע, קליינע, גראבע, דארע, זילבענע, גאלדענע, אין שווארצע... אסך האבען זיך שוין געמיטשעט אויף די שאילה איך מיין אז אויף די תריץ,, וועט מען מיזען ווארטען אויף משיח!!!.....

אבער ניין!! א איד איז נישט קיין בילגע גנב,, אין נאך אלעמען איז דאך גלאט א ייד קיין גנב נישט, דאס הייסט.. אז אפילו די וועסט גיין אין זיכען איז טרעפען א איד א גנב.. אבער ניט אזא גנב וואס זאל קריכען דורך א פענסטער,, אדער גיין מיט א גאן- דיין געלד אדער לעבען!!.. דרייען, אויסדרייען, אריינדרייען, פארדרייען, אריינ'נארען, אפנארען, דאס מהיכא תיתי: ווי שטייט אין פסוק? אִם שׁלָשׁ אֵלה לא יַעשׂה - טאמער די מאכסט נישט קיין דריי.. איז: ויצְאָה חִנם אֵין כסף.. אבער נישט קריכען יענעם אים קעשענע? אין איך רעד דא פין א נארמאלער באזעצענער איד!! נישט פין אן אלטען בחור אדער גאר א גריש, א געגעטער, הא!! א גאריש איז דען א מענטש? גייט מיט א שמאציגע קאפעל, לעבט אליין, הערט נישט קינדער וויינען, צאלט נישט שווערע געלטער רענט, עסט יעדען טאג אין אנדערע רעסטאראנט, גייט ווי ער וויל, ווען ער וויל, מאכט אין טיט וואס ער וויל!! דאס איז א לעבען?? נא אזא איינער ממילא... אבער א איד א נאמאלער מענטש וואס האט א ווייב אין ווייסט נישט וויפיל קינדער ער האט!! פארדינט ברויט אויף הויזען, צאלט הויך רענט, קען נישט צאלען די באטשער, די באנק די רשעים נעמט אוועק זיין קאר, הויז, האט א ווייסע בארד, אין האט צוטוין מיט דאס הארץ ביי די פינף-אין-דרייסיג,, די קינדער שיקט אהיים מען פין חדר!! די ווייב ווינט אז אלע קינדער דאפען האבען ניי שיך!! נייע קליידער פאר די קינדער פאר פסח, שבעות, סוכת, אין ל"ג בעומר, חנוכה געלט, פורים געלט,מקוה געלט....אזא איינער אפולי ער גנבעט שוין יא... איז ער אבער פארט נישט קיין גנב.... איר ווינדערט זיך?? הא.... איז לאמיר דא באטראכטען די התרים פין גאנבענען....

כלל גדול.. פין א גוי! איז נישט נאר מע מעג, עס איז גאר א מצוה!! אין דאס אז דער גוישער געריכט פארשטייט דאס נישט.. אין האלטען אין איין שיקען אידען אין חד גדיה- איז נא! גיי אין זיי מסבר פאר א גוישע דשאדזש? גיי ווייז אים אויף שווארץ אין ווייס אז פין א גוי מעג מען? וועט ער דען פארשטיין דעם ר' עקיבה עיגר וואס פאסקענט קלאר אז פין א גוי מעג מען?!! ניין.. אבער ווען משיח וועט קימען אדער נאכען טויט פין דעם דשאדזש וועט אים גאט מישפעטען!! אין דער איד דער כלומישען גנב אויף די וועלט,, וועט גאר לאכען אויף יענע וועלט..

איז טאמער דאפסטו שטארק דאס געלט אדער א שיין זיגער איז דאך נישט קיין שאליה אז מע מעג. אפילו פין א איד מיט א בארד אין פאוית... עס איז דאך א אפענע קל-וחמור: מאדך מיין זייגער וואס איז מיין,, אין נישט דיין!! דארפסטו מיר געבען,, דיין!! וואס איז יא דיין!! אל אחת כמו וכמו אז די מיסט דאס געבען פאר מיר... פין א פרייע איד!! אדער איינער וואס האלט פין די מדינה!! איז אפילו די דארפסט נישט מעגסטו עס איז דא וואס זאגען אז פין א פרייע איד דאס הייסט: א אידשער גוי.. צו א גוישער איד.. איז א דאבעלטע מצוה.. אין טאמער יענער דארף עס, איז אז ער דארף עס! זאל ער צאלען!! איז מעג מען ארויסרייסען וויפיל געלט מע'קאן... אין פין א ליטוואק?? אוואדי אין א אוואדי.. זיי האלטן דאך נישט פין קיין חסדישע מוסר-ספרים, אין לאכט פין אלע רבנים, אין פין זייערט אפונע מופתים: אז איך האב א מאל פארציילט פאר א ליטוואק,, אז ממש בע'פאר מען האט געמישפעט הערשל אויברלענדער!! האט אים דער רבי געגעבען א קמיא"! "נא!! האקט מיר דער ליטוואק איבער.. מיט א מאדענע שמייכעל' האט דאס געהאלפען?? זיצט ער??יע".. יא" זאג איך,, אמת ער זיצט, אבער אז מען האט דערנאך געפרעגט די רבי מא-הי! האט די רבי געוויזען אויף זיין בארד אין ווען זיינע אויגען פארען ארויף אין אראפ,, אבער דער ליטוואק פארשטייט נישט,, אין שטייט אין קיקט אויף מיר ווי איך בין פין די לבנה ארויפגעפאלען! ווער איך אין כאס" אין זאג אים.. אין איך טריי אים מסבר צו-זיין....""אבער זיין בארד האט מען נישט אפגעשניטען"!! נא"!! עה" גיי רעד צום דופן...

אין טאמער יענער ווייסט נישט, איז דאך אבגערעט אז מע מעג,, וואס איך וועל אים גיין זאגען ר' איד איר האט מיר צוריק געגעבען צוסך געלד? וואס בין איך משיגע? אדער אז מע קאן באשלידיגען א גוי ווייל וועלעכע גוי איז נישט קיין גנב אין דער איד האלט בשיטע אז דער גוי האט דאס גענימען עס קען נאך ארויס קימען א מצוה ווייל אס דער

איז טאמער טראכסטו אז ווען איך וועל האבן וועל איך אים צוריק צאלען איז דאך זיכער

אין אז טאמער ווילסטו זיך ריינוואשען פינעם גנבה?? איז בארעד יענעם!! יא! בארעדען א איד נאכען באגאנבענען אים.. איז א מארדיגע עצה, אין עס מיז זיין נאר זאכען וואס איז נישט אמת,, ער איז א גנב, א חזיר, א בעל עבירה, ממש א כפר, איך האב אים אליין געזען גיין אין פלעצער וואס דאס האר פין קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלען, אין זיין ווייב נעבעך,, שלאגט איר דריי מאל א טאג.

אין אויך א כלל פין די שטאט סעקשאן 8 מעדיקעט פאטסטעמס ווייל פאר וועם האט גאט געגעבען די אלע פרגרעמס אז נישט פאר אינז אידען

א מוסד איז דאך אבג'ערעט אז, אי!! די מעגעטס גאנבענען פאר די מוסדות.. אין, אי!! די מעגסט באגאנבענען די מוסדות

0 Comments:

Post a Comment

<< Home