Tuesday, January 11, 2005

געזינדיגט

געזינדיגט

מעשה-שהיא-כך-היא....

משה בער.. ריפען ריפט מען אים בערעל- איז אינזער בערעל א יונגער־מאַן: נישט קיין מיאוס'ר , נישט קיין שיינער, שיינע לאנגע געקראזליטע פאוית "פאוית אויף די אויר נאר ביים ארבייט" א נאז ממש ווי געמאסטען אויף זיין איידעל פונים, אין א שיין קליין שווארץ בערדעלע.. אין דאס "קליין בערדעלע" פלעגט מען זאגען לויפט אין די משפחה אז זיין זיידע ביי די שמנים האט געהאט א "קליין ווייס בערדעל" אין נישט חלילה אז מע טשעפעט דאס בארד.. אין א קאפ אויף די פלייצע אן אבן-טוב, א מציאה, בלעטער גמרה אויף אויסווענדיק, א בעל-שס", אין א כתבא-רבא" אין שיל אייביג מיט א חמוש א רמב'ם א גמרא צו א רשי', א פיינע ינגער-מאן"! אן אייניקעל פין אן אייניקעל פין דוד המלך,, וואס זאל איך אייך זאגען" נא!! א!" אזא וואס יעדער ווינטשט זיך צו האבן פאר אן איידם!! פיין צו די ווייב.. האט צוויי מאל א טאג א שיר מיטן רב אליין, אין א בן אחר בן "הכלל צו גאט אין צו לייט!!

אבער ויהי הוים פארנדיג אהיים פין ארבייט: איז בערעל דארך געפארען איינע פין די טינקעלע גאסען ווי מעטשען זיכען" אין טרעפען" אין טויען אמווערדיגע זאכען" אין אזי פארנדיק: איז דער שטן געקימען אין אריין גערוימט א סוד פאר בערעלען,, אבער בערעל האט זיך אזי שנעל נישט געבראכען, אפילו אינזער טיכטיגען שטן האט מיט בערעל קיין גרינגע ארבייט נישט געהאט.. יא!! ניין!! פאר-וואס!! עס איז דאך הארב!! ניין איך טו דאס נישט!! אבער אזוי "א מענשט איז נאר א מענטש" אין ווער קען גובר זיין אויף דער אלטער כיטרע שטן!! וואס האט אפילו "דוד המלך" געכאפט אין א צייט פין נויט.... איז אינזער בערעל ליידער דארכגעפאלען.. אין בערעל האט געוויסט פינעם גמרא: ילך במקום שאין מקירה- גיי אין זינדיג- אין קיינער דארף דערפין נישט וויסען....

אבער נישט יעדער האט מזל!! אין אזוי אינזער בערעל, וואס איז אין די הינזיכטען נישט געווען אזי באַקאַנט ווי רוב היינטיקע אידען איז מה-עשה-הקב'ה: די פאליצאיי האט אים געכאפט: אין הקול יצא, די גאנצע שטאט האט זיך איבערקעדרייט,, קינד-אין-קייט,, געהערט?!! ניין?! בערעל! נא! וואס!! וואס",, רעד",, דערצייל!! נא!! וואס א חילק... מע'האט אים געכאפט אין שמוציקע פלעצער!! "טאקע.. הא!! בערעל" איך האב נישט ליב צו רעדען,, זאגט איינער-צום-צווייטער.. אבער עס איז נישט דאס ערשטע מאל!! אין א שעה נאך די מעשה,, איז שוין דא מענשען וואס שווערען, אין ווייסען פאר א פאקט" אז אין ישראל, אין,, אין כינא האט ער גאר קינדער.... אין דער עלום שלינגט דאס גיט שטיקעל לשן הרע.. ווי אן גראב הינגעריגע ינגעל..
אין דערנאך קימען צו גיין מבינם וואס האבן אלע'מאל געהאלטען אז עפעס איז מיט אים, איך האט אלע'מאל געוויסט אז ער איז יענער סוחר!! וואס דארפסטו מער גיב א קיק אויף זיין בארד!! צווי-אין-דרייסיק אין א בארד ווי ביי די אכצען נא!! איז נא וואס דארפסט מער!!
הכלל עס איז געווען יום-טוב אין דער וואכען דער עולם איז געלאפען אין די מקוה'ס מענטשען וואס זענען אין זייער לעבען אין קיין מקוה געווען.. זענען פלוצלים געווארען בל תשבות אין מע' לויפט אין מקוה..
אין מען צונעמט דעם בערעלען. אים מיט זיין גאנצע משפחה.. מע' טיט זיין ווייב אויס אדם נאקעט!! אין מע' לייגט איר אויפען טיש.. "ממש" נא!! א רחמונת" א פיין פרוי!! איך בין דאך אלע יארן געווען א שכן מיט איר" יעדער שוינט איר נעבעך "מע מאכט הספדים" א מאמע פין קינדער!! אין קיינער פארשטייט נישט בערעל זי איז דאך א שיין פרוי!! שיין? רויפט זיך אן א צווייטער זי איז "הערליך" אין בשעת'ן זאגען ריקט זיך טיפער אריין אין בור אז מע' זאל נישט באמערקען זיין מחשבה זרות.. אין חיים ווייסט שוין אז מע רעט שוין פין א גט" א גט גוואַלד געשריגן שרייט שמעלקע מיט עגמת-נפש " אין איך האב געהערט רויפט זיך אן הערשל אז מע' האט זיין פאטער אריין געפירט אין שפטאל אין בשעת מעשה קראצט די אייער" דער עלום איז בייז מע' לויפט ארוים די מקוה יעדער פילט זיך באוועלט" מע' פילט זיך נאקעט" אזו צו'באוועלען דעם עלום??

אן אנאיטערע'סאנטע זאך האט פאסירט אין מקוה!! איינער האט גאר געטרייט: דן לכף זכית זיין בערעל!! אז למעשה האט ער גארנישט געטוין, מע' האט דאך אים געכאפט נאך איידער עס טאן,, אין ער האט נאר געוואלט" "אין מחשבה אין הקבו'ה מצרף למעשה" נאך דאס האט אויס'געפעלט פארן היציגען עלום.. וואס!! וואס?? זייט ווען ביסטו א מאמר לדעת!! זייט ווען קענסטו פסוקים?? וואס ווייסטו? ווער ביסטו?? אין אז דער מקוה איד מישט זיך ווען נישט אריין וואלט מען יענעם נאקטער'הייט ארויס'געפארפען פין מקוה...

אין גוטע מענטשען האבן זיכער געמאכט אז זיין ווייב ווייסט דערפין
אין בערעל? נעבעך לויפט צו רבנים, פוסקים, ראש ישבוה'ת, מגיד שורים, מלמדים, אין צו ערליכע אידען, טעלעפֿאָנירט אידען פין ישראל, אין וויינט" אין בעט א תּיקון" וויינט ביטערלעך ביים דאווענען!! אין ביי סלח לנו שטייט אין זיפעצט א לענגערע צייט" קלאפט על חטא אפילו ביי שמע קולנו,, מאכט תּענית'ם" אפולי זיין רבי האט געזאגט אז נאר מאנטאג אין דארנשטיג זאל ער פאסטן.. אבער בערעל מיינט דאס נעבעך אמת'דיק" אין טיט לפנום-משרת-הדין,, לערענט דריי עקסטערע שעה א טאג!! אין לערענט אן א שיר מסור ספרים.. גייט אין מקוה צופרי! אין באנאכט! זאגט הלל" יעדען טאג. אין ווען עס איז ווען ווינטער איז גלויבט מיר אז ער וואלט זיך געשלאגען מיט די שניי..

איז אויבן אין הימל!! האט זיך הימל אין ערד איבער'געדרייט" דאס האט געמאכט "א רעש" מלאכים זענען געלאפען.. די אבות הקדשים האבן פארפריט.. אניזערע אִמּות האבען געוויינט...משה דער פאסטך האט געשריבען פסוקים: אין געבעטען: והוא רחום... אין אינזער קעניג דוד האט זיך געפארפען מיטען פידל. אין זיין זין שלמה האט געזינגען שיר השירם..

אין דער אלמעכטיגער דער רחם-וחנון האט געזאגט סלחתי מחול..

אבער דא אויף דער וועלט איז דאס פלעק געבליבען אויף אייביג ווען תּשובֿה וואס תּשובֿה וואס האקסטו אין קאפ אינזערע ידעלעך האבען נישט ליב א זינדגער מענטש!!.. "בין-אדם-לחבירו" מאכען יענעם דאס טויט.. פֿאַרשעמען,"חרפּה אין בושה" בארעדן! שלאגען! צו'ברעכען גלעזער! צו'פליקען הויטען,רעקלעך,אין שטריימאל'ך! קינאה!שׂינאה! גליסטען! באוועלען! אופ'רעדען שדיכום! באגאנבענען! ארויס'פארפען פין שיל! מאסערען! רייסען דירה געלט! ארויס'לייגען פין ביזנע'ס! נא!! מימלא!!
אבער בין-אדם-למקום" יא גאט קען אים מוחל זיין... אבער נישט אינזערע היינטיגע פאלג, מיר קענען אין מיר ווילען א זינדיקן מענטש נישט קענען.. אין אויף דורו דורות ווען איינער זעט בערעלען איז ער מחויב אין ער דארף זעכער מאכען אז זיין שכן ווייסט אין פארשטייט די גאנצע מעשה מתחילה עד סוף אין חס-ושלום אז איינער זאל מיינען אז בערעל איז א פיינער יונגער־מאַן

0 Comments:

Post a Comment

<< Home