ווי אזוי מ'קען זיין א כשר'ן ערליכען חסיד
ווען יא? ווען נישט? . איז א בחינה צו זען אויב דו ביסט אן אמתע חסיד.
יעדע קשיא האט 4 תירוצים, אין נאר איינע פין די 4 ענפערס זענען די ריכטיגע. עס איז שטארק כדי
אז מען זאל גיט חזרן די ענפערס ממילא וועט מען וויסען ווי אזוי מ'קען זיין א כשר'ן ערליכען חסיד
| גייט מיט דינע זאקען | ווען מעג מען קיקען אויף א פרוי? |
| טראגט מיט די עירוב | ווען מעג מען שרייען אויף א פרוי? |
| רעד אויף ארוני | ווען מעג מען שלאגען? |
| כאפן ווידא פין א רביס טיש | ווען מעג מען מחלל שבת זיין? |
| רעד ביים דאווענען | ווען מעג מען ארויס ווארפען פין שיל? |
| די טאטע טאטשט די בָּארד | ווען מעג מען ארויס ווארפען קינדער פין חדר? |
| אויף איר פיס | וואו מעג א פרוי האבן הָאר? |
| זי איז מיס | ווען מעג מען רעדן צו א פרוי? |
| אינדערוואכן | ווען מעג מען טראגן שבת? |
| אין מקוה | ווען מעג מען זיך זייפען? |
| האסט געלט | ווען מעג מען שניידען די בָּארד? |
| גייט מיט א לאנגע שייטעל | ווען איז מען א שיקסע? |
| רעד מיט א ליספ | ווען איז מען א ערליכע איד? |
| האט נישט שלום בּית | ווען ווערט איינער א וועד? |
| הייסט טייטלבוים | ווען איז מען א רבּי? |
| גייט מיט א שטעקן | ווען איז דיין רבּי א צדיק? |
| אייבּיג | ווען מעג מען מַסר'ן? |
| גייסט מיט שווארצע זאקען | ווען מעג מען דאווענען ביחודית? |
| אין שיל | ווען גייט מען מיט דיפּרי-דא פיאות? |
| טויבּ אויף אן אויר | ווען מעג מען דרייווען א בּייק? |
| אינדערוואכן | ווען איז א היט שיין? |
| די האסט אים בּאגאנבעט | ווען מעג מען איינעם בַּארעדן? |
| האט א מכּה אויפן פּנים | ווען מעג מען לאכן פין איינעם? |
| האט טינטעט ווינדאס | ווען איז מען א בּם? |
| קיינער זעט נישט | ווען מעג מען טון יענעמס ווייב? |
| ער האט געלט | ווען מעג מען רעדען צי א מאדערענער? |
| מיט א רעקעל | אין די זומער דארף מען גיין? |
| האסט נישט | ווען מעג מען גנב'נען? |
| זי איז שטום | ווען מעג מען הערן א פרוי זינגען? |
| אין קאר | ווען מעג מען טרינקען קאקא קאלא? |
| טראגט מיט די עירוב | ווען איז א מצוה צו הארגענען? |
| עס האט לאנגע פיאות | ווען מעג מען אויפהענגען א פּיקטשער פין א אינגעל? |
| אויף א גוי | ווען איז א קאפּל פאני? |
| ציונים | ווער איז היינט צו טאג ערגער? |
| אין דערהיים | ווען מעג א מיידעל ארבעטן? |
| ווען עס שפילט | ווען מעג מען גיין צו א פּלעי? |
| אינטער די דאכענע | ווען איז אינטערנעט כּשר? |
| האט א לאנגע בארד | ווער פארשטייט צו חינוך? |
| האט א שוואכן קאפּ | ווען דארף מען ארויס ווארפען א בּחור פין ישבה? |
| שווארצע גלעזער | ווען איז מען א מאמין? |
| די באבע האט ליב די באבעס מימע | וואס הייסט א שיינע שידוך? |
| פאר 1950 | ווען מעג מען רעדן צו א מיידעל? |
| מאכט געלט פין זיי | ווען זענען די ארטיסטען מתור? |
| ווער עס שרייט העכער | ווער איז בעל הבית אויף וויליאמסבורג? |
| בּאגנבעט די שטאט | ווער איז אן ארויפ געקיקטר חסידישע העלד? |
| גייט מיט א שפיצעל | וואס הייסט א אידישר טאכטער? |
| עד עלות השחר | וויפיל קינדער דארף מען האבן? |
אפאר קשאית זענען נאך געבליבען שווער
צו מעג א פרוי גיין אין גלעזער?
צו מעג א פרוי בכלל האבן אויגן?
צו מעג א פרוי בכלל גיין אין גאס?
צו מעג א פרוי הערן מוזיק?
צו מעג א פרוי אפילו קיקען אויף א טעיפ?
צו מעג א פרוי רעדן אויף א סעל-פאן?
צו מעג א פרוי בכלל רעדן?
צו מעג א פרוי זיצען אין א קאר?
צו מעג א פרוי שמעקן פיין?
צו מעג א פרוי בכלל זיך באדן?
צו מעג א פרוי גיין אין א סטאר?
צו מעג א פרוי בכלל לעבן?
אבער נישט געזארגט מיר האבן פארשריבען א בריוו צום ראש הטאליבאן וראש אל-קאידא אין מיר ערליכע אידן האפן בקורב צו באקימען אן ענפער אין א פסק.
וועד משמערת הטאליבאן ואל-קאידא
דוויליאמסבורג

0 Comments:
Post a Comment
<< Home