Thursday, November 15, 2007

פאקטען אז מיר זאלען חלליה זיך נישט פארמישען

פאקטען אז מיר זאלען חלליה זיך נישט פארמישען

ציוושען די טעראריסטישע אל-קאידא אין מיר היימישע אידן אפילו מיר זען-אויס אין מיר פירען זיך אויף אייניג

די רבנים האלטן אין מיטן ארויס קימען מיט א קול קורא אזוי מע'האט אויסגעפינען אז דאס ווייסע חאלטעל וואס די אראבער טראגען איז גאר א קיטל ... גייט עס אריין אין זעלבן גדר פינעם שייטעל וואס קימט פין אינדיא ממילא וועט מען בקורב זען ווי ערליכה ידן פארברענן זייערע קיטלען אין מע'פארשטייט אליין אז ווער עס וועט חלילא נישט פארברענען זיין קיטל וועט מען מעגן שרייען אין שלאגן (נישט ווי די טאליבאן נאר ווי ?)

זיי די טאליבאן זענען מעשוגע זיי פאניגען זייערע אראבישע ברידער. ווי איז דאס געהערט געווארן אז דיך גייט אריין א קאץ אין בויך מיז איך טהון וואס די ווילסט! נאר ביי די אראבער'ס. אין די גאנצע וועלט איז נישט דא אזא זאך. אין קיין איין נארמאלע מענטש קען עס נישט פארשטיין, ווי טויזענטער מענשען גיין אין פאלגן בלינדער-הייט אפאר געציילטע רעליגיעזע עקסטרמיסען!

מענשען קענען חלליה מיינען אז מיר חסדישע אידן (וואס נאר אויף אינז שטייט די וועלט) זענען אויך אזוי.
נאר א גולם קען אזי טרכטען לאמיר כאפן א בליק, אין זעט אליין די חילק

דאס וואס עכטע חסידישע אידן כאפען נישט קיין בילדער = האט גארנישט מיט די טאליבאן הגם ביי זיי איז דאס אויך פארבאטן . נאר מיר מיינען-עס לשם שמים

דאס וואס מע'האט ארויס געטריבען גאל'פאז פין ווילאמסבארג = האט גארנישט מיט די טאליבאן וייל אז איר קיקט אריין אין אינזער היימישע צייטאג וועט איר זען אז מיר מאכן חוזיק ווי זיי די טאליבאן לאזען נישט הערן מוזיק נאר וואס די גייסטיגלכע פין די טאליבאן לאזען. נא! אז מיר מאכן חוזיק פין זיי?

דאס טארבאן וואס די פרויען גייען = האט גארנישט מיט די טארבען וואס מעכאמעט גייט.

דאס היט אדער שטריימאל = האט אויך גארנישט מיט די טארבען וואס מעכאמעט גייט (אין מיר זאלען לאכען פין זיי ווייל די טארבען איז נאר פאני אויף א מאן אין נישט אויף א פרוי)

דאס אז ווער עס טראגט מיט די עירוב מעג מען שרייען, פארשעמען, שלאגען, אפילו א פרוי. אין ווען וועלט איז וועלט וואלט מען געמעגט הארגענען "יְחַלְּלֻהוּ מות ימת" (אפילו אז מיין רבי האט געזאגט אז מען מעג ארוני, זלוני, וכדו.)
האט גארנישט מיט די טאליבאן וואס ביי זיי אז טאמער איינער האלט נישט וואס זיי האלטן מעג מען אים הארגענען, די זעסט נישט די חליק?

דאס אז טאמער א פרוי גייט מיט אייגענע האר אפולי מע'זעט'ס נישט איז זי אן אויסווארף אין מען מעג איר הארגענן (ווען מיר קענען ווען) ארויס ווארפען אירע טעכטער פין סקול איז דאך א מצוה
האט גארנישט מיט די טאליבאן וואס ביי זיי אין אפגניסטאן טאמער א פרוי גייט אן א בארקע סטראשעט מען איר אין מע שרייט איר נאך. ווייל מיר מיינען-עס לשם שמים אין לשם שמים מעג מען אלעס טאן

דאס אז איינער רעד אויף דיין רבי אדער האלט נישט פין דיין רבי מעג מען אים הארגענען מעשה בכל יום ביי אינז אין סאטמאר (ראש השנה, שומחת תורה וכדו.)
האט גארנישט מיט די טאליבאן וואס טאמער איין אראבער רעד אויף א צווייטענס גייסטליכען פירער צוברעכט מען אים די הענט אין פיס אין מען שניידט אים אפ די צינג.

דאס אז דאס גאנצע חסידישע וועלט ווערט געפירט פין אפאר איינצעלע מענטשען. דאס אז איינער דערקלערט זיך אלץ וועד החינוך, וועד הצניעות, וועד האפיפיק, ממילה מעג ער שוין צוברעכען גאנצטע דורת אין ער מעג דיר זאגן ווי אזי דיין ווייב מעג, אדער מעג נישט גיין אנגעטוין (דרך אגב נאר א וועד האפיפיק מעג קיקען אויף פרויען)
איז נישט קיין פארגלייך אין מען האט עס נישט געגאנבעת פין די איראנע כאמעני וואס ביי זיי ווערט אלעס געפירט דארך זייער רעליגיעזע גייסטליכען עקסטרמיסט כאמעני

נא! די זעסט די חילק? פרעג מיך נישט די חילק. זיי נישט קיין אובער חכם אין א מחוצף.

דאס אז איינער שערט זיך די בארט אפולי אביסעל, נישט נאר אז מען מעג ארויסווארפען זיינע קינדרלעך פין חדר נאר עס איז גאר א מצוה.
האט גארנישט מיט די טאליבאן זיי האבן בערד ווייל זי האבען עס ליב! (אוסער טאמער האסטו געלט איך מיין אז דאס איז די איינציגע זאך וואס מיר האבן יא געגנבעט פין זיי ווייל דאס פארשטייט יעדער איינער !ער האט דאך געלט)

(דרך אגב עס איז נישט אמת אז בין לאדין איז געווען אין סאטמער שיל עס איז געווען שלום שניצלר)

אין אויך דע פאשקעווילן וואס מען האט געווארפן אין שטאט קעגען די צווי בחירים איז נישט פין די טאליבאן
הגם מע'טרעפט די זעלבע לשונת אין אראן אין, אין אראק. !יא מיר זענען אליין אויף געקימען דערמיט, מיר האבען פארט אידשע קעפ.
ווער איז היינט צו טאג ערגער? אל-קאידא, טראגען מיט אן עירוב, אהארן טייטלבוים, אדער צוינים, ווייל אז איר קיקט אריין אין דער איד
וועט איר זען די זעלבע לשונת אויף אלע

0 Comments:

Post a Comment

<< Home