Sunday, November 18, 2007

פאר וואס, לאכט דער גוי פין אינז חסידשע איד

לאמיר פארשטיין פאר וואס, אין אויף וואס, לאכט דער גוי פין אינז חסידשע איד

שׂינאה

האט דען א גוי פיינט דאס חסידשע איד? פארוואס זאל דער גוי אינז פיינט האבן, דער גוי האט פיינט
דעם אראבער ווייל ער וויל אים הארגענען ער האט פיינט דעם פרייער איד ווייל ער האלט אז דער פרייער איד האט אלעס זיי די פרייער אידן זענען דאָקטאר'ם אַדוואָקאַט'ן ריכטער'ס פירן דאס וועלט אין זיי גאנבענען אלעס פינעם גוי אפילו עס איז נישט אמת אבער אזי האלט דער גוי ממילה האט ער אים פיינט. אבער דאס חסידשע איד?

שטריימאל, הויט, וכד'

איז דען דא וואס צו לאכן איז עס דען פאני? א שטריימאל איז דאך הערליך עס איז דא יונגעלײַט וואס קיקען אויס מיט זייער שטריימאל ווי אן עכטן אַלטצאײַטיש מלך. אין איך רעד מיטאמאל טאמער איינער האט א שטריימאל מיט עכטע שפיצען, ווען ער געט זיך אזוי א שפאציר אין די לאנגע הייסע שבת נאכמיטאג מיט די לאנגע הערליכע געגראזלטע פוית א געפיטע בעקיטשע גלעט ידען צווייטען מניט דאס שיין לאנג רויט בארד וואס ער שלעפט אייביג ארוים מיט זיך אין דאס גראב בויך'ל טאנצט זיך אַרונטער, אין אויפען קאפ א שטריימאל מיט עכטע שפיצען, זעט ער דאך אויס ווי א מלך בשר ודם. נא! איז דא פין וואס צו לאכן? איז עס דען פאני?

א רביס א טיש

קען דען זיין אז דער גוי האט אינז פיינט ווייל ער זעט ווי דער הייליגער רבי זיצט אויף זיין כסה מחילה אויבנאָן מיט זיין הדרס פנים אין הונדערטע טויזנטע מענטשן שטייען וואַרפֿן אין שאקלען זיך
אין דער רבי גראבעלט אריין מיט זיין הייליגע הענט אין די פיש אין דער עלום כאפט שרים אין באַלעקן זיך די פֿינגער
אבער דער אמת איז קודם ווי זעט דען א גוי א טיש אין אז יא

אלא קינאה יא קינאה

ער איז מקנה דאס לאנגע שיינע בארד (ווייל ער קען עס נישט האבן)
ער איז מקנה דאס ווייסע גארטל וואס מיר טראגען יום כיפיר (ווייל עס איז הייליג)
ער איז מקנה דאס וואס מיר נישט טראגען מיט די עירוב
( זיי ווייסען נישט פין קיין עירוב)
ער איז מקנה דאס וואס היימשע פרויען גאלען זיך אפ ( אין זייערע פרויען גיין נעבעך מיט אייגענע האר)
ער איז מקנה דאס ווייסע זאקען (ווייל עס איז שיין עס איז שבתדיג)
ער איז מקנה דאס וואס טויזנטע מענשען גיין אין איין מקוה (א דשקאזי איז נישט קיין פארגלייך)
ער איז מקנה דאס שיינע הערליך הויט, דאס שטריימאל רײַס'ט דאך ארויס די אויגען

0 Comments:

Post a Comment

<< Home