Monday, November 19, 2007

א פרעס טראק

א נייע אנשיקעניש האט זיך אראפ געלאזט אויף וויליאמסבורג
A Fress Truck א פרעס טראק -

דארף מען פארשטיין ווי ליגט די גרויסע פערצע
איז לאמיר צוזאמענארבעטן אין אײנקוקן אין פארשטיין. מיר זענען דאך פארשטענדלעכ'ע מענטשען

איז א טראק בכלל אסור? ניין
מעג מען קוקן אויף א טראק? יא
ווען די זעסט א טראק דארף מען צודעקען
די אויגן? ניין
מעג מען שטיין נעבען א טראק? יא
מעג מען זיצען אין א טראק? דערווייל יא

איז דאס ווארט טראק שמציק? ניין

איז קימט אויס אז א טראק האט נישט אין זיך קיין שום שמיץ
איז לאמיר גיין ווייטער

איז עסן בכלל אסור ? איך דענק אז נישט (ווייל ערב יום כיפיר איז דאך א מצוה צו עסן)
מעג מען אכלען נאר אינדערהיים ? ניין
ווייל איך זע אז מען עסט אין רעסטראנטס
איז אכילה א פראסטע זאך ? ניין ווייל מענטשען עסען ביי חתונה'ס. בר מצוה וכד'
איז נאר געוויסע
עסנווארג מתור ? ניין עס איז נישט דא א ראצעפטען רשימה פין די רבנים וואס מע'מעג אין וואס מען טאר'נישט, אזוי פסח
איז קימט אויס אז כל זמן עס איז כשר מעג מען עסן וואס די ווילסט אין ווי די ווילסט
( דרך אגב טרעפען מיר אז געוויסע גרויסע צדיקים האבן אויך געגעסען) נא איז עסן הייסט'עס מתור
איז לאמיר גיין ווייטער

2 Comments:

Anonymous Anonymous said...

gevaldig

3:26 PM  
Anonymous Anonymous said...

א שיינער בלאג, מאכט רש"י, מיינע בריוון

10:22 AM  

Post a Comment

<< Home