Monday, November 19, 2007

א פרעס טראק

א נייע אנשיקעניש האט זיך אראפ געלאזט אויף וויליאמסבורג
A Fress Truck א פרעס טראק -

דארף מען פארשטיין ווי ליגט די גרויסע פערצע
איז לאמיר צוזאמענארבעטן אין אײנקוקן אין פארשטיין. מיר זענען דאך פארשטענדלעכ'ע מענטשען

איז א טראק בכלל אסור? ניין
מעג מען קוקן אויף א טראק? יא
ווען די זעסט א טראק דארף מען צודעקען
די אויגן? ניין
מעג מען שטיין נעבען א טראק? יא
מעג מען זיצען אין א טראק? דערווייל יא

איז דאס ווארט טראק שמציק? ניין

איז קימט אויס אז א טראק האט נישט אין זיך קיין שום שמיץ
איז לאמיר גיין ווייטער

איז עסן בכלל אסור ? איך דענק אז נישט (ווייל ערב יום כיפיר איז דאך א מצוה צו עסן)
מעג מען אכלען נאר אינדערהיים ? ניין
ווייל איך זע אז מען עסט אין רעסטראנטס
איז אכילה א פראסטע זאך ? ניין ווייל מענטשען עסען ביי חתונה'ס. בר מצוה וכד'
איז נאר געוויסע
עסנווארג מתור ? ניין עס איז נישט דא א ראצעפטען רשימה פין די רבנים וואס מע'מעג אין וואס מען טאר'נישט, אזוי פסח
איז קימט אויס אז כל זמן עס איז כשר מעג מען עסן וואס די ווילסט אין ווי די ווילסט
( דרך אגב טרעפען מיר אז געוויסע גרויסע צדיקים האבן אויך געגעסען) נא איז עסן הייסט'עס מתור
איז לאמיר גיין ווייטער

Sunday, November 18, 2007

פאר וואס, לאכט דער גוי פין אינז חסידשע איד

לאמיר פארשטיין פאר וואס, אין אויף וואס, לאכט דער גוי פין אינז חסידשע איד

שׂינאה

האט דען א גוי פיינט דאס חסידשע איד? פארוואס זאל דער גוי אינז פיינט האבן, דער גוי האט פיינט
דעם אראבער ווייל ער וויל אים הארגענען ער האט פיינט דעם פרייער איד ווייל ער האלט אז דער פרייער איד האט אלעס זיי די פרייער אידן זענען דאָקטאר'ם אַדוואָקאַט'ן ריכטער'ס פירן דאס וועלט אין זיי גאנבענען אלעס פינעם גוי אפילו עס איז נישט אמת אבער אזי האלט דער גוי ממילה האט ער אים פיינט. אבער דאס חסידשע איד?

שטריימאל, הויט, וכד'

איז דען דא וואס צו לאכן איז עס דען פאני? א שטריימאל איז דאך הערליך עס איז דא יונגעלײַט וואס קיקען אויס מיט זייער שטריימאל ווי אן עכטן אַלטצאײַטיש מלך. אין איך רעד מיטאמאל טאמער איינער האט א שטריימאל מיט עכטע שפיצען, ווען ער געט זיך אזוי א שפאציר אין די לאנגע הייסע שבת נאכמיטאג מיט די לאנגע הערליכע געגראזלטע פוית א געפיטע בעקיטשע גלעט ידען צווייטען מניט דאס שיין לאנג רויט בארד וואס ער שלעפט אייביג ארוים מיט זיך אין דאס גראב בויך'ל טאנצט זיך אַרונטער, אין אויפען קאפ א שטריימאל מיט עכטע שפיצען, זעט ער דאך אויס ווי א מלך בשר ודם. נא! איז דא פין וואס צו לאכן? איז עס דען פאני?

א רביס א טיש

קען דען זיין אז דער גוי האט אינז פיינט ווייל ער זעט ווי דער הייליגער רבי זיצט אויף זיין כסה מחילה אויבנאָן מיט זיין הדרס פנים אין הונדערטע טויזנטע מענטשן שטייען וואַרפֿן אין שאקלען זיך
אין דער רבי גראבעלט אריין מיט זיין הייליגע הענט אין די פיש אין דער עלום כאפט שרים אין באַלעקן זיך די פֿינגער
אבער דער אמת איז קודם ווי זעט דען א גוי א טיש אין אז יא

אלא קינאה יא קינאה

ער איז מקנה דאס לאנגע שיינע בארד (ווייל ער קען עס נישט האבן)
ער איז מקנה דאס ווייסע גארטל וואס מיר טראגען יום כיפיר (ווייל עס איז הייליג)
ער איז מקנה דאס וואס מיר נישט טראגען מיט די עירוב
( זיי ווייסען נישט פין קיין עירוב)
ער איז מקנה דאס וואס היימשע פרויען גאלען זיך אפ ( אין זייערע פרויען גיין נעבעך מיט אייגענע האר)
ער איז מקנה דאס ווייסע זאקען (ווייל עס איז שיין עס איז שבתדיג)
ער איז מקנה דאס וואס טויזנטע מענשען גיין אין איין מקוה (א דשקאזי איז נישט קיין פארגלייך)
ער איז מקנה דאס שיינע הערליך הויט, דאס שטריימאל רײַס'ט דאך ארויס די אויגען

Thursday, November 15, 2007

פאקטען אז מיר זאלען חלליה זיך נישט פארמישען

פאקטען אז מיר זאלען חלליה זיך נישט פארמישען

ציוושען די טעראריסטישע אל-קאידא אין מיר היימישע אידן אפילו מיר זען-אויס אין מיר פירען זיך אויף אייניג

די רבנים האלטן אין מיטן ארויס קימען מיט א קול קורא אזוי מע'האט אויסגעפינען אז דאס ווייסע חאלטעל וואס די אראבער טראגען איז גאר א קיטל ... גייט עס אריין אין זעלבן גדר פינעם שייטעל וואס קימט פין אינדיא ממילא וועט מען בקורב זען ווי ערליכה ידן פארברענן זייערע קיטלען אין מע'פארשטייט אליין אז ווער עס וועט חלילא נישט פארברענען זיין קיטל וועט מען מעגן שרייען אין שלאגן (נישט ווי די טאליבאן נאר ווי ?)

זיי די טאליבאן זענען מעשוגע זיי פאניגען זייערע אראבישע ברידער. ווי איז דאס געהערט געווארן אז דיך גייט אריין א קאץ אין בויך מיז איך טהון וואס די ווילסט! נאר ביי די אראבער'ס. אין די גאנצע וועלט איז נישט דא אזא זאך. אין קיין איין נארמאלע מענטש קען עס נישט פארשטיין, ווי טויזענטער מענשען גיין אין פאלגן בלינדער-הייט אפאר געציילטע רעליגיעזע עקסטרמיסען!

מענשען קענען חלליה מיינען אז מיר חסדישע אידן (וואס נאר אויף אינז שטייט די וועלט) זענען אויך אזוי.
נאר א גולם קען אזי טרכטען לאמיר כאפן א בליק, אין זעט אליין די חילק

דאס וואס עכטע חסידישע אידן כאפען נישט קיין בילדער = האט גארנישט מיט די טאליבאן הגם ביי זיי איז דאס אויך פארבאטן . נאר מיר מיינען-עס לשם שמים

דאס וואס מע'האט ארויס געטריבען גאל'פאז פין ווילאמסבארג = האט גארנישט מיט די טאליבאן וייל אז איר קיקט אריין אין אינזער היימישע צייטאג וועט איר זען אז מיר מאכן חוזיק ווי זיי די טאליבאן לאזען נישט הערן מוזיק נאר וואס די גייסטיגלכע פין די טאליבאן לאזען. נא! אז מיר מאכן חוזיק פין זיי?

דאס טארבאן וואס די פרויען גייען = האט גארנישט מיט די טארבען וואס מעכאמעט גייט.

דאס היט אדער שטריימאל = האט אויך גארנישט מיט די טארבען וואס מעכאמעט גייט (אין מיר זאלען לאכען פין זיי ווייל די טארבען איז נאר פאני אויף א מאן אין נישט אויף א פרוי)

דאס אז ווער עס טראגט מיט די עירוב מעג מען שרייען, פארשעמען, שלאגען, אפילו א פרוי. אין ווען וועלט איז וועלט וואלט מען געמעגט הארגענען "יְחַלְּלֻהוּ מות ימת" (אפילו אז מיין רבי האט געזאגט אז מען מעג ארוני, זלוני, וכדו.)
האט גארנישט מיט די טאליבאן וואס ביי זיי אז טאמער איינער האלט נישט וואס זיי האלטן מעג מען אים הארגענען, די זעסט נישט די חליק?

דאס אז טאמער א פרוי גייט מיט אייגענע האר אפולי מע'זעט'ס נישט איז זי אן אויסווארף אין מען מעג איר הארגענן (ווען מיר קענען ווען) ארויס ווארפען אירע טעכטער פין סקול איז דאך א מצוה
האט גארנישט מיט די טאליבאן וואס ביי זיי אין אפגניסטאן טאמער א פרוי גייט אן א בארקע סטראשעט מען איר אין מע שרייט איר נאך. ווייל מיר מיינען-עס לשם שמים אין לשם שמים מעג מען אלעס טאן

דאס אז איינער רעד אויף דיין רבי אדער האלט נישט פין דיין רבי מעג מען אים הארגענען מעשה בכל יום ביי אינז אין סאטמאר (ראש השנה, שומחת תורה וכדו.)
האט גארנישט מיט די טאליבאן וואס טאמער איין אראבער רעד אויף א צווייטענס גייסטליכען פירער צוברעכט מען אים די הענט אין פיס אין מען שניידט אים אפ די צינג.

דאס אז דאס גאנצע חסידישע וועלט ווערט געפירט פין אפאר איינצעלע מענטשען. דאס אז איינער דערקלערט זיך אלץ וועד החינוך, וועד הצניעות, וועד האפיפיק, ממילה מעג ער שוין צוברעכען גאנצטע דורת אין ער מעג דיר זאגן ווי אזי דיין ווייב מעג, אדער מעג נישט גיין אנגעטוין (דרך אגב נאר א וועד האפיפיק מעג קיקען אויף פרויען)
איז נישט קיין פארגלייך אין מען האט עס נישט געגאנבעת פין די איראנע כאמעני וואס ביי זיי ווערט אלעס געפירט דארך זייער רעליגיעזע גייסטליכען עקסטרמיסט כאמעני

נא! די זעסט די חילק? פרעג מיך נישט די חילק. זיי נישט קיין אובער חכם אין א מחוצף.

דאס אז איינער שערט זיך די בארט אפולי אביסעל, נישט נאר אז מען מעג ארויסווארפען זיינע קינדרלעך פין חדר נאר עס איז גאר א מצוה.
האט גארנישט מיט די טאליבאן זיי האבן בערד ווייל זי האבען עס ליב! (אוסער טאמער האסטו געלט איך מיין אז דאס איז די איינציגע זאך וואס מיר האבן יא געגנבעט פין זיי ווייל דאס פארשטייט יעדער איינער !ער האט דאך געלט)

(דרך אגב עס איז נישט אמת אז בין לאדין איז געווען אין סאטמער שיל עס איז געווען שלום שניצלר)

אין אויך דע פאשקעווילן וואס מען האט געווארפן אין שטאט קעגען די צווי בחירים איז נישט פין די טאליבאן
הגם מע'טרעפט די זעלבע לשונת אין אראן אין, אין אראק. !יא מיר זענען אליין אויף געקימען דערמיט, מיר האבען פארט אידשע קעפ.
ווער איז היינט צו טאג ערגער? אל-קאידא, טראגען מיט אן עירוב, אהארן טייטלבוים, אדער צוינים, ווייל אז איר קיקט אריין אין דער איד
וועט איר זען די זעלבע לשונת אויף אלע

ווי אזוי מ'קען זיין א כשר'ן ערליכען חסיד


ווען יא? ווען נישט? . איז א בחינה צו זען אויב דו ביסט אן אמתע חסיד.
יעדע קשיא האט 4 תירוצים, אין נאר איינע פין די 4 ענפערס זענען די ריכטיגע. עס איז שטארק כדי
אז מען זאל גיט חזרן די ענפערס ממילא וועט מען וויסען ווי אזוי מ'קען זיין א כשר'ן ערליכען חסיד

גייט מיט דינע זאקען
אִין א רעסטאראנט
טראגט מיט די עירוב
גייט מיט קורצע קלייד

ווען מעג מען קיקען אויף א פרוי?

טראגט מיט די עירוב
איר מאן
קייט גאם
רעד אויף א סעל פאן

ווען מעג מען שרייען אויף א פרוי?

רעד אויף ארוני
רעד אויף זלוני
רעד אויף ארוני, וזלוני
ווייל איך האב אים נישט ליבּ

ווען מעג מען שלאגען?

כאפן ווידא פין א רביס טיש
כאפן ווידא ווי מע' שלאגט זיך
ריפען פּאלייצאי ארויס צו ווארפען איינעם פין שיל
ריפען פּאלייצאי ווען די האסט פארלארען דיין טלית

ווען מעג מען מחלל שבת זיין?

רעד ביים דאווענען
האט שיינע גלעזער
האלט נישט ווי דיין רבּי
ווייל ער איז משיגע

ווען מעג מען ארויס ווארפען פין שיל?

די טאטע טאטשט די בָּארד
דאס קינד גייט מיט א געלע העמעד
די מאמע גייט מיט אייגענע האר
האט נישט קיין געלט

ווען מעג מען ארויס ווארפען קינדער פין חדר?

אויף איר פיס
אין בית הכּסה
אינטער די ערם
אין א פּלעסטיג בּעג

וואו מעג א פרוי האבן הָאר?

זי איז מיס
זי איז אלט
די בּיסט הייס
א שיינע רעבּיצען

ווען מעג מען רעדן צו א פרוי?

אינדערוואכן
אָן א עירוב
קיינער זעיט נישט
ברשת היחד

ווען מעג מען טראגן שבת?

אין מקוה
דו שטינקסט
איין מאל א יאר
קיינמאל

ווען מעג מען זיך זייפען?

האסט געלט
ווען מע' שערט זיך די קאפ
ווען עס בּאדערט דיך
אינטער די 12 יאר

ווען מעג מען שניידען די בָּארד?

גייט מיט א לאנגע שייטעל
א קורצע שייטעל אבער עכטע הָאר
גייט מיט א לאנגע קלייד
א רויטע טארבאן

ווען איז מען א שיקסע?

רעד מיט א ליספ
לאנגע פיות
רעד פין רבי זצ"ל
לאנגע וואנצעס

ווען איז מען א ערליכע איד?

האט נישט שלום בּית
א ליידיג גייער
האט ליבּ יונגע בחורים
ווען אליה הנביה קימט אים אין חלום

ווען ווערט איינער א וועד?

הייסט טייטלבוים
ארבּעט נישט
ווייסע זאקען
עסט פיש מיט די הענט

ווען איז מען א רבּי?

גייט מיט א שטעקן
האט א סאך געלט
ווען זיין טאטע שטארבט
בּאקימט א גראבּע בּויך

ווען איז דיין רבּי א צדיק?

אייבּיג
רעד אויף דיין רבּי
בּית דין איז אויף וויקעשאן
בּיסט א אמתדיגע חסיד

ווען מעג מען מַסר'ן?

גייסט מיט שווארצע זאקען
האסט נישט קיין געדילט
קיינער זעט נישט
וויקעשאן

ווען מעג מען דאווענען ביחודית?

אין שיל
ווען דער גוי זעט
בּיי א ברית
אינטער ד 4 יאר

ווען גייט מען מיט דיפּרי-דא פיאות?

טויבּ אויף אן אויר
סטם א משיגנער
האט נישט קיין געלט
גייט מיט א גרויסע היט

ווען מעג מען דרייווען א בּייק?

אינדערוואכן
אינדערפרי
אין די בּאקס
ווען משיח וועט קימען

ווען איז א היט שיין?

די האסט אים בּאגאנבעט
זיין ווייבּ איז שיין
הינקט אויף א פיס
עסט כרמסליך

ווען מעג מען איינעם בַּארעדן?

האט א מכּה אויפן פּנים
דרייווט אן אלטע קאר
גייט מיט א ווייסע קאפּל
רעד מיט א קוויטשיגע קול

ווען מעג מען לאכן פין איינעם?

האט טינטעט ווינדאס
לאכט הויך
שיינע שיך
זאגט נישט קיין יוצר

ווען איז מען א בּם?

קיינער זעט נישט
זי איז שיין
בּשר ודגים וכל מאטמים
א רעבּישע אייניקעל

ווען מעג מען טון יענעמס ווייב?

ער האט געלט
ביי א חותנה
כא כסלו
ער קען איין ווארט אידיש

ווען מעג מען רעדען צי א מאדערענער?

מיט א רעקעל
מיט א היט
וואלענע ציצות
א בּעדינג גַאטשע

אין די זומער דארף מען גיין?

האסט נישט
דארפסט עס
פין א גוי
ווען די בּיסט א רבּי

ווען מעג מען גנב'נען?

זי איז שטום
א שיקסע
אין ספירה
זינגט זמירות

ווען מעג מען הערן א פרוי זינגען?

אין קאר
ווען עס איז אויפן טיש
דיין גראסרי איז שילדיג פאר מים חיים
ווען די ביסט דארשטיג

ווען מעג מען טרינקען קאקא קאלא?

טראגט מיט די עירוב
א פרוי וואס דרייווט
עסט זיפ פאר די פיש
גאל-פז

ווען איז א מצוה צו הארגענען?

עס האט לאנגע פיאות
עס האט נישט קיין פנים
האט גארנישט מיט די אינטערנעט
עס האט א שטריימאל

ווען מעג מען אויפהענגען א פּיקטשער פין א אינגעל?

אויף א גוי
עס פאלט אריין אין טוילעט
א קליינע
אן א רים

ווען איז א קאפּל פאני?

ציונים
טראגען מיטן עירוב
דער בלאט דער איד
אל-קאידא

ווער איז היינט צו טאג ערגער?

אין דערהיים
אין שיל
ביי א גוי
ערב פסח

ווען מעג א מיידעל ארבעטן?

ווען עס שפילט
ווען די געלט גייט פאר א רבי
ווען עס איז נישט פאני
ווען עס איז דא א גלח

ווען מעג מען גיין צו א פּלעי?

אינטער די דאכענע
ווען עס איז נישט דא א סיין
די האסט ד'ס'ל
אין חד גדיה

ווען איז אינטערנעט כּשר?

האט א לאנגע בארד
הייסט קליינע קינדער נאך שרייען פרויען
פארשטייט ווי אזוי א פרוי דארף גיין אנגעטאן
א באל יראה ובאל ימצא- ער דרייד זיך ליידיק אי
ן
ווערט מושיגע

ווער פארשטייט צו חינוך?

האט א שוואכן קאפּ
דער ראש הישובה שטינקט
די נאז רינט אים
ענדיגט די פסח סדר פאר 1 באנאכט

ווען דארף מען ארויס ווארפען א בּחור פין ישבה?

שווארצע גלעזער
האלט נישט פין די מדינה
לאכט פין די לובאוויטשער
עסט אייזקרים בּצינה

ווען איז מען א מאמין?

די באבע האט ליב די באבעס מימע
די בחור האט א שיינע נאמען. חיים, נטע, וכד'
דאס מיידעל איז גראב און מיס אבער פארשטייט צום אכילה
דאס מיידעל אין בחור איז אינטער די 17 יאר

וואס הייסט א שיינע שידוך?

פאר 1950
אינטער די 4 יאר
אין אויסלאנד
יעקב אבינו

ווען מעג מען רעדן צו א מיידעל?

מאכט געלט פין זיי
די ארטיסטישע פרוי האט קליינע האר
די זאלונים אסרן עס. ממילה איז עס מתור פאר די ארונים
זיי וואונען אין מעקסיקא

ווען זענען די ארטיסטען מתור?

ווער עס שרייט העכער
כל הקדום זכי
די סאניטעשאן
ווער עס שלאגט שטערקער

ווער איז בעל הבית אויף וויליאמסבורג?

בּאגנבעט די שטאט
גייט אין א קורצע רעקל
דרייווט א שיינע קאר
גייט מיט עכטע שפיצע
ן

ווער איז אן ארויפ געקיקטר חסידישע העלד?

גייט מיט א שפיצעל
דינט נישט עבודה זרה
רעד לשון הרא
לויפט צו טישען

וואס הייסט א אידישר טאכטער?

עד עלות השחר
ששה בכרם אחד
צוויי אין א יאר
מער ווי די שוועסטער

וויפיל קינדער דארף מען האבן?

אפאר קשאית זענען נאך געבליבען שווער
צו מעג א פרוי גיין אין גלעזער?
צו מעג א פרוי בכלל האבן אויגן?
צו מעג א פרוי בכלל גיין אין גאס?
צו מעג א פרוי הערן מוזיק?
צו מעג א פרוי אפילו קיקען אויף א טעיפ?
צו מעג א פרוי רעדן אויף א סעל-פאן?
צו מעג א פרוי בכלל רעדן?
צו מעג א פרוי זיצען אין א קאר?
צו מעג א פרוי שמעקן פיין?
צו מעג א פרוי בכלל זיך באדן?
צו מעג א פרוי גיין אין א סטאר?

צו מעג א פרוי בכלל לעבן?

אבער נישט געזארגט מיר האבן פארשריבען א בריוו צום ראש הטאליבאן וראש אל-קאידא אין מיר ערליכע אידן האפן בקורב צו באקימען אן ענפער אין א פסק.

וועד משמערת הטאליבאן ואל-קאידא

דוויליאמסבורג