שלום צו אייך
איך שרייבֿ א בריוו צי מיר, יא!!' צי מיר אַליין, יעדער שׁרייבט בריווען, איינער צי זיין טַאטע׳ אדער צי זיין מַאמע׳, אין עס
איז דא מענטשעןֿ וואס שׁרייבען אַפילו צו גאט, יא" אַן אפענע בּריוו צו השמ־יתברך,
אין ווי מען לייגט דאס בּריוו!! ? וָוָאס הייסט!., מען פארט קיין ישׂראל אין מען לייגט עס אַריין אין כּותל אין הייליגעןֿ וואנט...
נא!" אז מען אִיז שׁוין ממילא אִין ישׂראל, גיט מען שׁוין אַ גיי צי צים מארת-המַאכפּלה, קברֿ-רחל,
קודשׁ-בּארנה, אראם-נהרם, אדער גאר פּאדן-אראם" אין ווען מען ווייס'ט ווען ווי לבן! אדער גאר תרח! ריהט וואלט מען דאָך אוואדי געגאנגען. אִיז פאר וואס באדארף איך שרייבן, אין פליען קיין ישראל, אדער ווען איך שרייב צי מיין פאטער, וועל איך דארפען גיין צים פאסט אין קויפען א סטעמפ אין לעקען דאס סטעמפ וואס לעקען א סטעמפ קען חלילה אריין גיין אין א אסיר פין טויזנטע לאו'ן
שרייב איך צי מיר, איך בין דא, איך זיץ דא, ענדיג איך דאס בריוו, אין איך געב דאס גלייך פאר מיר,
אין פוטר אן עסוק.
אלי הדברים: דאס איז מיין מיין בריוו....
יא איך האב חותנה געהאט!, צי איך בין משיגע? פרעגט איר? אין אז יעקב האט געדינט לבן פערצן יאר פאר רחל? איז ער מישגע, איך פאר גלייך מיך נישט צי יעקב, אין גלייב מיר מיין וויב איז קיין רחל נישט,
אין פאר א שיין'קייט ווי רחל, ווי ד'גמארא זאגט אז אין ד'שטרקסטע טינקיל'קייט, מיט רחל" האסט די קיין ליכט געדארפט.. איר שיין איז געווען שטארקער ווי די זין, נא" ממילא פאר רחל, פאר ד'נאמען אליין "רחל', וואלט איך אפילו מיין געלט וואס איך פאנטעזיר צי האבען, אוועגעגעבען.
נא, פאר וואס האב איך עס געטען? קודם דארף'מען וויסען אין פארשטיין, האט יעקב מער ליב געהאט זיין רחל ווי איך מיין ציפי? וועט א בן תורה גלייך זאגן- אוודא יא!!,
נא: אויב אזי! פאר וואס איז ער געווען אזי ביזי ארום לופען, ממילא לאה- נא מהיכא-תיתי: פארשטיי איך, לבן אינזער זיידע: הארמי- דער דריי קאפ.., האט'ך אים גיט אריינגענארט, האט ער קיין ברירה נישט געהאט, אבער וואס איז ד'תריץ אויף בלהה!, די האסט נישט ליב לאה, פיין: גיי צי רחל, זי איז דאך יא שיין, זאגען אז רחל איז אויך נישט אזי שיין? רשי" זאגט דאך: מי שלא ראה.. ווער עס האט נישט געזען רחל, דער האט שיינקייט אין זיין לעבען נישט געזען, נא" אז רשי" "אליין" זאגט עס, איז זי זעכער געווען א יפה, איי וועסטו פרעגען האט איר רשי" דען געזען?
אין דעס אז בלעם'ס אייזל האט גערעט דאס איז פאר דיר נישט קיין קישא.
איז פיין, רחל איז יא געווען שיין, פארשטיי איך נישט פאר וואס האט ער גע'דארפט לויפען צו בלהה? דארף מען טראכטען אז אפילו ער איז געווען א איש אלקים וואס ער איז געשלאפען אויף די שטיינער,ווי אין פוסק שטייט: וישׂם מראשׂתיו "וישׁכּב" מאכט רשי- ער איז געקימען אויף א שטיין.... אין ווייטער זאגט דער פוסק ויחלם והנה "מצב" וראשׁו "מגיע" מאכט רשי- ער איז געווען הארט ווי א שטיין.... אין דער פוסק ענדיגעט: "וייקץ יעקב" טייטשט אונקלוס - ער איז אויפגעשטיינען נאס... אבער ער איז דאך געווען א בשׂר ודם, אין ווען מען מאז'שׁ, מאז'שׁ מען. איז פארשטייען מיר דאס גאנצע גשעפט מיט בלהה. אבער זלפה? זלפה נאך אויך, רחל, לאה, בלהה, זלפה, ווען האט ער געהאט צייט פאר א קאווא.?
קודם קען מען פין דאנענט ארויס נעמען אז פיינט האבן א ווייב איז ניט עק וועלט.
אבער דאס פארשטיי איך נישט, פאר וואס מעג איך אויף א שיין מיידל אפילו נישט קיקען, לאמיר זאגן איך גיי מיר שיין שפארצירן אויף א קליין געסעלע, ווי למשל "סאטמאר דרייו" אין איך זע א שיין, זיס, איידל, ידיש מיידעלע, ממילא צי גיין צי איר אין רעדען איז אויס געשלאסן, איי' ווי האט אנזער פאטער יעקב געטרפן רחל, אדער רבקה וואס אליעזר האט געטראפן פאר יצחק . יעקב האט געזען רחל ביים ברין אין ער האט די אויגען אויף איר געלייגט ווי אין פוסק שטייט "וישׂא את עיניו וירא" אין ווייטער זאגט דער פוסק "וימלה" צי טייטשען אז ער האט איר אנגעפילט פאר די חותנה, נא קען מען אזינס זאגן, איי וימלה? תיקא!!.
קען זיין אז נאר ביי א ברין מעג מען, ווי מיר זען אויך ביי אליעזר ווען ער האט געטראפן רבקה.
אבער איך האלט אז אמאל איז א ברין געווען א ראמאנטישע פלאטץ,
אזי ווי היינט א שיין רעסטראנט, אין אזי ווי פאר די קריג אין קראקא, אינטער די בריק,
אין יא מען מעג זיך לערנען פין אנזערע פאטער'ס אז א מאן מעג זיין ראמאנטיש.
נא אינזערע הייליגע פאטערס האבן א סאך זאכען געטאן וואס פאר אינז איז היינט פארבאטן,
ווי אין פוסק שטייט: ויאהב יצחק את עשו "כי-ציד בפיו" מאכט רשי- ער איז גיט געווען מיט זיין מויל...
נא" טרעף היינט א זין" וואס טיט זיין טאטע?
נא איז פיין. רעדען צי א זיס מיידעלע מיט שיינע פיס וואס אויף דאס טיישט דער פוסק: אתו תוכלי- מיט דאס זאלס'טו ליגען... אין מיט א פונים וואס אפילו דוד המלך וואס אויף אים זאגט די גמרא: מי שאמר דוד חטא אינו אלה טואה... וואלט קיין טעות אויף איר געמאכט, אין א שמייכל וואס קען ברענגען שלום אויף די וועלט, דאס איז "פארבאטען, "אסור,אן "איסר מאדארויתא, אבער קיקען, פושט אין גראד קיקען "ניין!? דאס אויך נישט?,איז טאמער גייט זי מיט א רויטע קלייד, נא!! פארשטיי'דאך יעדער באר-דאת: אז מען טאר נישט. די גרעסטע רבנים האבן דאך אזי באשלאסען, אין איך רעד פין די גרויסע וואס אויף זיי זאגט מען: יגאתי מצתי- איך טו גארנישט אבער האב אסאך... אין ווי זיי די רבנים האבן פארשטיינען,וואס'פארא חורבן א רויט קלייד קען ברענגן, ווייל אמאל- ויהי היום: זענען די ערליכע מענטשען געגאנגען אויף די טמונע גאס, אין געזען א שיין מיידעלע, ווי אין דער הייליגער מיגלה שטייט געשריבען: כי טובת מראה היא-זי שיינט ווי גאלד... אין אויף איר האט שלמה המלך: געזינגען. כּי-טובים דּדֶיך מִיָיִן- דיינע בריסטען קען איינער שיכּער מאכען.... אבער גארנישט, זיי האבען איר נישט געזען, אזוי זי איז קיינמאל נישט אויף די וועלט געווען. אבער דער נאך האבען זיי געזען א מיס" גרויס מיידעל ("א גרויסע מאמע "בלאז"!) וואס זי איז געגאנגען אין "רויט" איז הערט אין שטוינט, עס האט זיך פאר זיי אלע די מעשׂה געשטלעט, כּקֶשׁת רְמִיּה... אין זענען געבליבען שטיין אן א לשון. ווי א הייזריקע חזן ביי כל נדרי: איי זי איז דאך א מיס'קייט? האבן זיי די הייליגע אנגעהויבען זיך צי דרינגען, וואס די סיבה קען זיין, פין דאס אימפארשטענדליכען שטייגען פין די מעשׂה,
איינער האט געזאגט אז ער מיינט אז ער האט מיט זיין ווייב שוין לאנג נישט תשמיש געמאכט,,, א צווייטער האט געטאן דערקלערן אז זיין ווייב איז פינקט אזי מיס אין ווען ער דארף מיט איר ליגען זעיט ער די
מאלך- המות,,, אין אן אנדערע צדיק האט געשריגען אז ער קען זיין ווייב נאר טעון מיט אביסעלע מאשקה,,,
נא איז וואס גייט דא פאר?? אפשר איז זי אֵלִיּהוּ הַנבִיא!! אין א געשטעל פין אן אשה? ריפט זיך און איינער וואס גייט מיט שווארצע זאקען אפולי אין דערוואכען, אין דרייט זיין שיין לאנגע הערליכען געקרזליטע פאות אין מיט א כיטרישע שמייכעל זאגט ער זיין קאפ שטיק, אין פאר וואס זאל דאס אֵלִיּהוּ טוען? דאס קען נישט זיין ווייל אז אֵלִיּהוּ קימט שוין יא איינמאל אראפ קימט ער אראפ אלץ: סאטמארע רבי, אדער גאר ד'חתום סופר, אין וואס איז מיט ר' עקיבא עיגר, אדער גאר ר' משה פיינשטיין? נע'! משה פיינשטיין קען נישט זיין ריפט זיך און דער שׁווארצער זאק,מיט כּאס, ער האט דאך געהלטען פין די טרופענע מידינה,
נאך לאנגע חקירה'ס אין געשריי'אכץ "שׁייגץ אהער שׁייגץ אהין" זענען זיי געקימען צים בּאַשלוסֿ אז עס מיז זיין דאס רויטע קלייד אין קיין אנדערע סיבּה איז נישט דא, אין שוין אויף מארגען מיז מען דָאס
אימ-צנוית'דיגען קאליר פין אידן ארויסרייסען. אין דאס פסק איז ארויס אויף אזי הארב אַז א מַאן וואס לאזט זיין ווייב גיין אין רויט אפולי א רויטע טָארבַאן איז אזע בּעל-עַבירה'ניק ממש א פּושע-ישׂראל אין מען מעג מקיים זיין דאס פּסוק: כבדהו וחשדהו- כאפ אים אָון- אין טראג אים ארויס... אפולי ער איז א טאטע'ס א קינד.
איז הייסט'עס רויט אסור, פַארבּאטען ערגער פין א גנב'; א אידשער גנב.. גנב'עט דאך נאר פין דער גוי אין גנב'נען פין א גוי איז גאר א מיצוה, אין זיין געלט געהערט.. ממילא פאר אינטז יעדער'ס קינד ווייסט אז ווען משיח וועט קימען וועלען די גוים זיין אנזערע באדינער, איך טראכט צי מאכען פרעזידענט קלינטאן פאר מיין וואסער שעפּער, אדער גאר דאנעלט טראמפ פאר מיין האלץ האקער;
הקיצר הדבר-דאס "זאך" מיז זיין קליין.. אין רויט הייבט עס".. ממילא איז רויט א חוק ולא יעבר
איי די כסונת פאסים וואס יעקב האט אליין גענייט פאר דער שיינער יוסף,
זאגט דער מדרש איז געווען רויט, קען זיין אז נאר א מאן מעג? איי די גייסט מיט רויט? די זעסט מיך גיין אין רויט? ניין, נא? מיז מען נאך אמאל זאגען אז אינזערע הייליגע פאטערס האבן א סאך זאכען געטאן וואס פאר אינז איז היינט פארבאטן, היינט ווי מער שווארץ מען גייט אלץ מער הייליגער ביס'טו, שווארצע הויזען, "גיט" שווארצע הויזען מיט א שווארץ רעקל, "חשוב", שווארצע הויזען שווארצע רעקל אין א שווארץ הויט "גאר חשוב", שווארצע זאקען נאך אויך? יעטץ טאפסטו ממש כּבֿיכול אליין, אין שטעל דיך נאך פאר אז איינער מיט אלע שמנה בגדים אין הייסט שווארץ נאך אויך? אויף אזא איינעם זאגט מען: באל יראה ובאל ימצא- ער דרייד זיך ליידיק אין ווערט מושיגע...
איז טאר מען אויף קיין מיידלעך הייסט נישט קיקען "פאר וואס? אויף די רבנים פרעגט מען קיין קושית נישט אין אז זיי זאגען, ווייסען זיי 'פאר וואס- אין ווען' אין דיין פליכט איז נאר געבען געלט טאמער די האסט,
אין טאמער ביסטו א בלא קמיצא: און א דאללער... איז גיי דריי די מנורה ראש-השנה ביי פאזע...
איז גיי איך מיט מיין שווארצע רעקל אויף מיין גוף, אין מיין שיין שווארץ הויטעל(פין קאבא) אויפען אגעגאלטע קאפ, אגעגאלטע קאפ? יא דער מקוה איד האד'ך נאר א 000 שער מאשין, אין אז ווען איר זעיט מיין ווייב שטיין נעבען מיר אן איר געלע טארבאן (וואס זי האט דאס געקויפט אין זעלבען פלאטץ ווי
"מר מחהמד" קויפט עס) בלויז מיט איר נאקעטע קאפ, ווייסטו נישט ווער איז 'מאן" אין ווער איז 'פרוי,
אין דרך-אגב דאס האבען די פרויען אלע יארען געשריגען (וואָמענס רייטס) אז זיי ווילען זיין גלייך צי מענער.
איז אין די גאנצע וועלט האבען די פרויען לכבוד דעם (וואָמענס רייטס) באקימען ארבייט, אדער וואטען, אדער זיין א סענעטר, אבער ביי אינז זענען די פרויען אייניג וואס מיר ביידע האבען אבגעגאלטע קעפ, איז דריי איך מיך ארוים דאס גרויסע וועלטעל אין שפאציר מיט שטאלץ, אין לאך פין די גוים מיט זייערע שיינע האר, אין מיט זייערע מיידעלעך, אין ווי זיי עסן חזיר טריף פאר א 1.99$ אין ווייסט נישט פינעם אפוינעם פוסק: בהמה וטריפה לא תויכלי- ביליגע מאכלים זאלס'טו נישט עסען....אין מיט דאס אלעם ריק איך נאך אלעטץ אראפ דאס היט אביסל שיפ, דאס גארטעל אויף'ן תחתוינם אין שטענדיק דריי מיינע שיינע פאוית אויס צי זען שענער:("קילער בלאז") פאר די גוים? ניין פאר נחום-נחמן... אוואדי פאר די גוים. "איר פארשטייט מיך נישט, הא..א.. איז לאמיך אייך געבען צי פארשטיין: ווען דער גוי זעיט א חסדישער איד מיט א האדראס פונים אין וואסער פין די מקוה טראפען נאך ארפ פין זיין לאנגען בארד ווי דער פסוק טייטשט וישרצוּ: לאז דאס בארד שפראצען.. ותּמּלא הארץ: ביז דער אדאמה....אין מיט זיין: זינגער' בעקיטשע וואס דער גוי ווייסט גלייך אז דאס איז א "זינגער סוט" אין נישט א שזי&שזי.... אין מיט זיין הערליכען "ווידער" שטריימאל וואס דאס ווייסט דער גוי: אל אחת כמה וכמה.. אז עס נישט א "מיללער"...
איז וואס זאגט דער נארישער גוי וואס גייט אן א בארד אין זעיט אויס ווי א יצמאח פרקוני אין שפארצירט אזוי געמיטלעך מיט זיין קליין ערל
די זעיסט מיין שייגאצעל; וויזען'דיק מיט זיין געמאכטע נעגל, דאס, אט-א-דאס איז א קלאסישער מאן א הערליך פאטער אין בשאת מעשה ווארפט בליקען פין קינה, אין טראכט ביי זיך אין הארץ; אלעס וואלט איך אוועגעגעבן, מיין גאנצע שוואל-טאג, מיינע אויסגעלאסענע מיידעלעך אין אפולי מיין ביליגע פרעס. ווען מיין קליין מאמזר'ל זאל אזי אויסקיקען.
אבער דער אמת וואס ווייסט דער עשו; ווייסט ער דען דאס טעם פין טשלענט, קיקעל, הא!! נישט אמזינסט לויב אינזער קעניג דוד דער איד אין אויפען גוי ערקלערטער: קירנו רשיעם- א גוישע קאפ...... אין שלוס דאנק איך גאט ידער אינדער פרי שלא ישנו גוי